בית פורומים אידישע געדאנק

גיין צו דין תורה – איז דא מיט וועמען?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/5/2012 21:46 לינק ישיר 

לאנצי קענסט אפשר ענטפערן א פשוטע שאלה?

סאטמאר ב"פ געפינט זיך ביי דין תורה כרצון האהרוינים (אזוי עכ"פ שרייסטו אז די אהרוינים ווילן דין תורה און די זאליס נישט) בי"ד האט געבעטן אז אלע סאטמארע חסידים אין ב"פ זאלן אינטערשרייבן אז זיי וועלן אנעמען דעם פסק פון בי"ד.

נאר די זאליס האבן אינטרעגעשריבן און מען ווארט נאך עד היום (אריבער א יאר) אז די אהרוינים זאלן אינטערשרייבן.

אויב זענען די אהרוינים אזוי וויליג און בעטן זיך גאר פאר דין תורה און די זאליס זענען די וואס דרייען זיך ארויס (כפי דיינע דמיונות) ווי אזוי שטימט דאס מיטן פאקטישע מציאות אז די זאליס האבן גע'חתמ'עט און די אהרוינים האלטן נאך עד היום נישט ביים חתמ'ענען?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 21:52 לינק ישיר 

ווייטער שקר

בית דין אין בארא פארק האט קיינמאל נישט געבעטן אז א יעדער זאל אונטער שרייבן
די זאלי'ס האבן זיך עס פרייוויליג אונטער גענמיען

די אהרנים זענען גרייט אונטער צי שרייבן בתנאי אז וויליאמסבורג שרייבט אויך אונטער

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 22:01 לינק ישיר 

אבראהאם

אויב איז אלע מוסדות איין זאך,פארוואס האט דיין רבי נישט געוואלט איינגיין אויפ'ן פארלאנג פון זיין יונגערן ברודער דער סאטמארער רבי שליט"א אז מען זאל שוין דן זיין אויף אלע נכסים איבעראל?

אויב ווילסטו וויסן קלארער פארבינדט זיך מיט שופט שמידט.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 22:03 לינק ישיר 

איך האב מיך פארבינדן שמיד ער זאגט מיר  אז ר' זלמן לייב וויל נישט גיין צי קיין דין תורה אויף וויליאמסבורג אפילו מען זאל הרג'ענען

והדברים ידועים

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 22:07 לינק ישיר 

יוסף, איך געדענק נישט אזא זאך ווי נייטראלע בוררות פארשלאג. ווען יא וואלט עס שוין לאנג געווען ביי דין תורה.

די זאליס האלטן נישט ביים גיין צו דוין תורה אין ווילי, ווייל ווי לאנצוט שרייבט איז די תביעה איבער די וויליאמסבורגער רבנות, און די טענה איז אז דער ברך משה האט געקאלעכט אין תשנ"ט. דער ברך משה האט נישט געגליכן צו גיין צו א בי"ד צו דיסקאסן זיינע פריוואטע געזונט אישוס, און בפשטות קען מען אים דערצו נישט מחייב זיין על פי תורה.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 22:44 לינק ישיר 

אויב זיינע געזונט אישוס איז רעלעווענט מוז מען דאך דאס אויסשמועסן, האסט אן אנדערע עצה? מ'קען דאך נישט אויסרייסן די תורה ווייל איינער גלייכט נישט אז מ'דיסקאסט עפעס,

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 22:45 לינק ישיר 

לאנצוט (םנים אל פנים רעדאקטער) שרייבט:

רבונו של עולם די דאזיגע פעיראלל דיינים האבן געשריבן קשר בוגדים און אלע שמוציגע לשונות אויף איין צד. וויאזוי קען מען גיין צו אזעלכע מענטשן דן צו זיין. ווען זיי זענען אזעלכע קארופטירטע נוגעים בדבר?

לאנצוט, די ווייסט וואס דער טיישט איז "אף בענייני המיסים", אפילו ווען די דיינים זענען דן און א ענין וואס זיי האבן א נגיעה, בענייני המיסים.
צווייטענס, דער קשר בוגדים צעטל איז נישט אריין אין עצם הסכסוך, דארט שטייט נישט צו מ'האט געמעגט ווארפן בערל פר"מ, אדער צו שאול פערלשטיין איז אין קהל, דאס בריוו איז געקומען שרייען איבער איין זאך אז ווען א קבוצה מעמבער'ס טיילט זיך אפ פון קהל אדער גייט ארויס קעגן א מרא דאתרא זענען זיי א קשר בוגדים.

דריטענס, אפילו לשיטתך אזמיט זייער צעטל האבן  זיך די דיינים יא געמישט, ווערט געפסקנט אין שו"ע, אז ביי א פאל וואס זיי האבן געזאגט א מיינונג, אדער מ'וויל זיין פסל'נען מדין נגיעת שנאה (וואס מצד הדין קען מען זיי נישט פסל'נען ווייל שנאה איז נישט קיין הלכה'דיגער פסול) אויב איז עס דייני העיר, דארפן זיי שטעלן דיינים תחתם, און נישט קיין צווייטער

בארא פארק איז פריוואט? וויליאמסבורג נישט פריוואט?
שעמסט זיך נישט צו שרייבן אזעלכע נארישקייטן, וואס מארגן וועסטו זאגן אז דו האסט עס קיינמאל נישט געשריבן...
בארא פארקער מוסדות באלאנגט נישט פאר קהל, יו. טי. עי. איז א קאנגארגעישאן וואס האט נישט קיין מעמבער'ס, וויליאמסבורגער יו.טי. עי. איז אויך פריוואט, דערמאן זיך די פעטשאן עוועניו בילדונג קעיס, די קאנגראגעשאן האט נישט קיין מעמבער'ס

מיר זאגן דאך אז דער ברך משה האט קיינמאל גארנישט געמאכט. משה גבאי האט געמאכט. אלזא לאז ארויס דעם ברך  משה פונעם בילד.
אלעס פיין און וואויל,די טענה קענסטו זאגן ביי א די"ת, אבער ווילאנג ער לעבט איז די קהלה איינס, נישט צווי אין מדין התורה דארף מען זיך דן זיין בעסק הנוגע לעיר ביי דייני העיר.

אגב אויף בני ברק האסטו גארנישט גענטפערט.

וועלכע נשיאות פון וועמען? ווער האט געמאכט אדמו"ר מוהרי"י פאר רב? דאס אליין איז דאך א חלק פון די דין תורה. וע"ז אנו דנים. נישט אזוי?

אמת דאס אליין איז א חלק פון די"ת, וועגן דעם טאקע לאחר פטירתו פונעם ברך משה האט אויך קיינער נישט געבעטן דן זיין ביי דייני הקהלה פון קהילת סאטמאר מוהרי"י, נאר ביי די דריי אנדערע בתי דינים, אדער ביי א נייטראלע
בוררות.

משפט שלום מיט יצחק מאנדל איז סתם ליצנות. א בית פון די ליצים.
התובע הולך אחר הנתבע און עפ"י הלכה מעג עס זיין אפילו א בי"ד של הדיוטות,  

קארלסבורג זענען אלע שונאים פאר'ן דעמאלטדיגן קרית יואל'ער רב. און זענען אסור לדון בענין שהם שונאים לצד אחד.
שונאים לצד אחד איז נישט קיין פסול מצד הדין,

דריטענס מ'באט פארגעשלאגן א בוררות, תשרי תשס"ג, מצד מהר"א ר' געציל, מצד מוהרי"י ר' ישראל חיים מנשה, און מ'האט שוין גערעדט דעמאלץ פון א שליש, דער דעמאטגער אנטווערפענער דיין

און איר האט נישט מסכים געווען.

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2012 23:28 לינק ישיר 

יוסף90 כתב:

לאנצוט (םנים אל פנים רעדאקטער) שרייבט:

רבונו של עולם די דאזיגע פעיראלל דיינים האבן געשריבן קשר בוגדים און אלע שמוציגע לשונות אויף איין צד. וויאזוי קען מען גיין צו אזעלכע מענטשן דן צו זיין. ווען זיי זענען אזעלכע קארופטירטע נוגעים בדבר?

לאנצוט, די ווייסט וואס דער טיישט איז "אף בענייני המיסים", אפילו ווען די דיינים זענען דן און א ענין וואס זיי האבן א נגיעה, בענייני המיסים.
נישט ווען זיי האבן געזאגט א מיינונג קעגן דיר אן אויסהערן דעם אנדערן צד.

צווייטענס, דער קשר בוגדים צעטל איז נישט אריין אין עצם הסכסוך, דארט שטייט נישט צו מ'האט געמעגט ווארפן בערל פר"מ, אדער צו שאול פערלשטיין איז אין קהל, דאס בריוו איז געקומען שרייען איבער איין זאך אז ווען א קבוצה מעמבער'ס טיילט זיך אפ פון קהל אדער גייט ארויס קעגן א מרא דאתרא זענען זיי א קשר בוגדים.

דער קשר בוגדים האט אראפגעריסן ר' בערל פריעדמאן און אלע מענטשן מיט אים. צווייטנס איז לויט זיי ר' זלמן לייב קיינמאל נישט מרא דאתרא. וע"ז אנו דנים.

דריטענס, אפילו לשיטתך אזמיט זייער צעטל האבן  זיך די דיינים יא געמישט, ווערט געפסקנט אין שו"ע, אז ביי א פאל וואס זיי האבן געזאגט א מיינונג, אדער מ'וויל זיין פסל'נען מדין נגיעת שנאה (וואס מצד הדין קען מען זיי נישט פסל'נען ווייל שנאה איז נישט קיין הלכה'דיגער פסול) אויב איז עס דייני העיר, דארפן זיי שטעלן דיינים תחתם, און נישט קיין צווייטער

אזעלכע ליצנות. אז מ'גייט דירעקט צו אזעלכע דיינים וועלכע האבן שוין געזאגט זייער מיינונג און ארויסגעקומען מיט צעדרייטע פסקים קעגן א עדה אידן, און צו "נאר" צו זיי מוז מען גיין.

בארא פארק איז פריוואט? וויליאמסבורג נישט פריוואט?
שעמסט זיך נישט צו שרייבן אזעלכע נארישקייטן, וואס מארגן וועסטו זאגן אז דו האסט עס קיינמאל נישט געשריבן...
בארא פארקער מוסדות באלאנגט נישט פאר קהל, יו. טי. עי. איז א קאנגארגעישאן וואס האט נישט קיין מעמבער'ס, וויליאמסבורגער יו.טי. עי. איז אויך פריוואט, דערמאן זיך די פעטשאן עוועניו בילדונג קעיס, די קאנגראגעשאן האט נישט קיין מעמבער'ס

וואס דרייסטו מיר א קאפ מיט "קאנגרעגעישאן". בארא פארק איז אנדערש. ווייל דארט איז ר' בעריש מייזליש, און זיין בלוט איז הפקר.

מיר זאגן דאך אז דער ברך משה האט קיינמאל גארנישט געמאכט. משה גבאי האט געמאכט. אלזא לאז ארויס דעם ברך  משה פונעם בילד.
אלעס פיין און וואויל,די טענה קענסטו זאגן ביי א די"ת, אבער ווילאנג ער לעבט איז די קהלה איינס, נישט צווי אין מדין התורה דארף מען זיך דן זיין בעסק הנוגע לעיר ביי דייני העיר.

נישטא קיין דייני העיר, ליצני העיר. דיינים וועלכע האבן אויסגעהערט איין צד און ארויסגעגעבן פאשקעווילן קעגן אנדערן צד, אן זיי הערן. זיי זענען נישט קיין דיינים, נאר ליצים.

אגב אויף בני ברק האסטו גארנישט גענטפערט.
פארוואס אין בני ברק איז מען נישט געגאנגען צו "תהלוכי הקהילה" דיינים, נאר געזוכט פרעמדע?
און פארוואס טאר'ן די ארונים נישט רופן אין ירושלים, נאר די זאליס מעגן רופן אין בני ברק.

די אלע זאכן האבן א תירוץ: הא לן והא להו.

וועלכע נשיאות פון וועמען? ווער האט געמאכט אדמו"ר מוהרי"י פאר רב? דאס אליין איז דאך א חלק פון די דין תורה. וע"ז אנו דנים. נישט אזוי?

אמת דאס אליין איז א חלק פון די"ת, וועגן דעם טאקע לאחר פטירתו פונעם ברך משה האט אויך קיינער נישט געבעטן דן זיין ביי דייני הקהלה פון קהילת סאטמאר מוהרי"י, נאר ביי די דריי אנדערע בתי דינים, אדער ביי א נייטראלע
בוררות.

משפט שלום מיט יצחק מאנדל איז סתם ליצנות. א בית פון די ליצים.
התובע הולך אחר הנתבע און עפ"י הלכה מעג עס זיין אפילו א בי"ד של הדיוטות,  
מ'קען נישט גיין צו דיינים וועלכע זענען מיינע אפענע שונאים און זענען אוהבים פאר דיר. פינקט ווי  איך קען נישט ברענגען מיין טאטע זאל זיין דער דיין ביי א סכסוך וואו איך בין א בעל-דין.

א בלינדער, שטימער, טויבער און קראנקער מענטש  פארשטייט עס. נאר א היפאקריט נישט.

קארלסבורג זענען אלע שונאים פאר'ן דעמאלטדיגן קרית יואל'ער רב. און זענען אסור לדון בענין שהם שונאים לצד אחד.
שונאים לצד אחד איז נישט קיין פסול מצד הדין, "אוהבים לצד אחד" איז פעסטע פסול.

דריטענס מ'באט פארגעשלאגן א בוררות, תשרי תשס"ג, מצד מהר"א ר' געציל, מצד מוהרי"י ר' ישראל חיים מנשה, און מ'האט שוין גערעדט דעמאלץ פון א שליש, דער דעמאטגער אנטווערפענער דיין
מיר ווילן נישט קיין אוהבים און נישט קיין שונאים. מיר ווילן נוטראלע מענטשן. פינקט ווי איר האט אויסגעקליבן אין בארא פארק און בני ברק דארט ווי איר רופט.

מיר וועלן דעם זעלבן סטאנדארט. נישט קיין הא לן והא להו. די תורה הקדושה איז נישט קיין זשאוק.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 23:33 לינק ישיר 

חוץ אויף היידפארק און אין בלאט איז דא א בריוו אפילו פון איין בי"ד אז די זאליס זענען מסרבים לדין, אזוי ווי דער דין איז ווען א בי"ד שיקט דריי הזמנות און מ'שטעלט זיך נישט צו?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 23:42 לינק ישיר 

דער בעל דין אליין זאגט אז ער איז מסרב, וואס נאך ברויכסטו

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 23:43 לינק ישיר 

נאווארדאק בית דין האט געשיקט אויף אייך א סירוב.
אבער האבן צוריקגעצויגן נאך דרוק פון צד מהרז"ל.

און ביי די וועי, האט מען דעמאלט געזאגט אז ביי זיי טאר מען קיין גלעזל וואסער נישט טרונקען...
אבער ביי גאביוף בית דין זעט אויס מעג מען  יא...

הא לן והא להו ארבעט מיט דער פולער פארע.
די תורה זאל ווערן א שמאטע, אבי איך בלייב מיט די גניבה.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 23:52 לינק ישיר 

אהרונים!

וואו זענען ענקערע חתימות???

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2012 01:58 לינק ישיר 

עס קאסט מיר באמת א לאך, ווען איך קוק צוריק די נערישע שאלות הין-און-צוריק איבער די פעיראלל דיינים, היתכן מ'נעמט זיי נישט אויף די דין תורה.

און איך קלער נאר צו מיר:

העי !
די דיינים האבן קיינמאל נישט געלערנט קיין חושן משפט אין זייער לעבן.
זיי האבן קיינמאל קיין דין תורה נישט געפירט אין זייער לעבן.
אויסער שמאטקעלעך און טל-ומטר שאלות האבן זיי נישט קיין שום ערפארונג, פינקט ווי מ'זאל נעמען א כולל יונגערמאנטשיק צו פסק'ן א שווערע דין תורה.

די טפשים האבן געמאכט א פורים בית דין פאר ריכטער באראש, און כדי צו פארוואשן די אויגן זאגן זיי מיר האבן א בית דין, מיר ווילן "נאר גיין" צו די דיינים, וועלכע זענען אייך גרייט צו שח'טן, ממתי'ן און קויל'ן אן א מעסער!

דאס ליצנות וואס די יונגען מאכן פון די תורת משה איז אומבאשרייבליך.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2012 02:40 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:

האסטו זיי פארהערט וואס זיי קענען. ?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2012 02:42 לינק ישיר 

לאנצוט זענען די ארונים מסכים צו גיין אין דין תורה אויף גאנץ סאטמאר?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > גיין צו דין תורה – איז דא מיט וועמען?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 ... 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.