בית פורומים אידישע געדאנק

גיין צו דין תורה – איז דא מיט וועמען?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/5/2012 02:54 לינק ישיר 

לאנצוט (פנים אל פנים רעדאקטער) שרייבט:

דער קשר בוגדים האט אראפגעריסן ר' בערל פריעדמאן און אלע מענטשן מיט אים. צווייטנס איז לויט זיי ר' זלמן לייב קיינמאל נישט מרא דאתרא. וע"ז אנו דנים.
ערשטענס, דיינים פון א קהלה מעגן זאגן פאר מחוצפים, אז איר זענט מחוצפים און איר וועט נאר דערמיט נישט פסול צו דיין זיין, עס איז שטייט בפירוש אין שו"ע, איז א פסול פון שנאה איז נאר א חומרא
צווייטענס, די האסט א טענה אז רז"ל איז נישט רב, קענסט עס טענה'ען ביי א די"ת, אבער ארויסטרעטן קעגן א החלטה פון א מרא דאתרא דער ברך משה (וואס די דיינים זענען עדות אז זיי האבן עס אליין געהערט פון עם און זיי האבן עס אונטערגעשריבן) איז א חוצפה, און דערמיט וואס ער טרעט ארויס דערוועגן ווערט נאכנישט פסול.

עס שטייט קלאר און שו"ע, אז א דיין וואס שרייט אן א בע"ד א פאר טעג בעפאר א די"ת, מעג עם דן זיין ביי די די"ת, און אויב ער וויל זיך מחמיר זיין קען ער שטעלן א דיין תחתיו.

מיטן מוחה זיין אויף חוצפה, ווערט א דיין נישט קיין צד, אנדערש איז נישטא מער קיין בתי דינים בישראל.

ווי אזוי האט דיין רבי ר' אהרן געוואלט אז דער ברך משה זאל דן זיין אלטער משה גאלדבערגער, און די צייט ווען ער האט שוין געזאגט א מיינוג קעגן עם.



אזעלכע ליצנות. אז מ'גייט דירעקט צו אזעלכע דיינים וועלכע האבן שוין געזאגט זייער מיינונג און ארויסגעקומען מיט צעדרייטע פסקים קעגן א עדה אידן, און צו "נאר" צו זיי מוז מען גיין

יא, ביי דייני העיר, מעגן מעג מיין גיין צו נוגעים, יא, יא, קענסט נישט קיין הלכוץ, שווייג שטיל, שו"ע איז נישט געשריבן געווארן לויטן שכל פון "פנים אל פנים".

זיי זענען נישט ארויס קעגן אן עדה אידן, נאר
קעגן די מחוצפים.


וואס דרייסטו מיר א קאפ מיט "קאנגרעגעישאן". בארא פארק איז אנדערש. ווייל דארט איז ר' בעריש מייזליש, און זיין בלוט איז הפקר.
לא אמרת כלום, האסט גארנישט גענטפערט, בארא פארק קען זיין ווען דיע די"ת וואלט געווען בחיי הברך משה וואלט מען אויך פארגעשלאגן דייני הקהלה, אבער אזויט ווי די די"ת איז שוין פארגעקומען נאך זיין פטירה, באלאנגען נישט די צווי צדדי הסכסוך מצד הדין אונטערן סמכות פון איין מרא דאתרא, דעמאלץ איז די בעסטע לעזונג בוררות.

נישטא קיין דייני העיר, ליצני העיר. דיינים וועלכע האבן אויסגעהערט איין צד און ארויסגעגעבן פאשקעווילן קעגן אנדערן צד, אן זיי הערן. זיי זענען נישט קיין דיינים, נאר ליצים.
איבער דעם ענין הסכסוך כשלעצמו האבן זיי נישט אויסגעהערט איין צד, צווייטענס, אפילו זיי הערן אויס איין צד, ביי א סכסוך הנוגע לעיר דארף מען גיין צו די דייני העיר, אפילו זיי האבן אויסגעהערט איין צד.

פארוואס אין בני ברק איז מען נישט געגאנגען צו "תהלוכי הקהילה" דיינים, נאר געזוכט פרעמדע?

שוין גענטפערט פריער, בני ברק, קען זיין ווען דער ברך משה לעבסט, וואלט ער געקענט מחייב זיין די צדדים צו גיין צו דיינים וואס ער וועט שטעלן, אבער מ'האלט שוין נאך די פטירה פון ברך משה, דאן איז דא צווי צדדים וואס האבן נישט קיין אייניגע סמכותא עליונה.

און פארוואס טאר'ן די ארונים נישט רופן אין ירושלים, נאר די זאליס מעגן רופן אין בני ברק.

ווער לאזט נישט די אהרונים רופן אין ירושלים צו א די"ת?



מ'קען נישט גיין צו דיינים וועלכע זענען מיינע אפענע שונאים און זענען אוהבים פאר דיר. פינקט ווי  איך קען נישט ברענגען מיין טאטע זאל זיין דער דיין ביי א סכסוך וואו איך בין א בעל-דין.

א טאטע איז פסול מחמת קירבה, און כל הסולים לךהעיד פסולין לדון, אבער א שונא איז נישא פסולין להעיד, איז ער נישט פסולין לדון.


אפשר ווייסטו מיר אויף ווי ר' יחזקאל ראטה איז אוהב לצד אחד, מיט וואס?


מיר ווילן נישט קיין אוהבים און נישט קיין שונאים. מיר ווילן נוטראלע מענטשן. פינקט ווי איר האט אויסגעקליבן אין בארא פארק און בני ברק דארט ווי איר רופט.



און שו"ע שטייט זה בורר לזה וזה בורר לזה, והשניים בוררים להם שליש
קענסט מיר נישט איינטיילן וואספארא בורר איך זאל נעמען.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2012 06:35 לינק ישיר 

לאמיר נישט פארפארן פונעם עיקר:


איך האב געפרעגט א שאלה, איז דא מיט וועמען צו גיין צו דין תורה?

בארא פארק איז מען געגאנגען צו א בית דין וואס איז כשר אויך לויט די אהרונים, נו פארוואס צעגערן זיי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2012 17:57 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט די גאנצער פאלעמיק, אין שולחן ערוך שטייט, אויב גייט איין צד צו ערכאות אהן רשות בי"ד איז בית דין אין נזקקין להם! קעיס קלאוזד!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2012 21:08 לינק ישיר 

די גאנצע פאלעמיק איז איבריג, ווען מען זעט ווי די אהרונים אליינס האבן נישט קיין פאראייניגטע שטעלונג.


איינער שרייט אז די אהרונים מוזן נישט אונטערשרייבן אין בארא פארק דין תורה, ווילאנג סאטמאר שרייבט נישט אונטער איבער די וויליאמסבורג דין תורה.

קומט א צווייטער — און ענטפערט אפ די טענה אז מען זאל מאכן איין דין תורה אויף אלעם — אז עס האט נישט קיין שייכות איין קהילה מיט די אנדערע.

א פלא איז נאר לויטן צווייטן, פארוואס לשיטתו איז זיין רבי יא "רב הצעיר דקהילות הקודש די בכל אתר ואתר"?..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2012 23:20 לינק ישיר 

וסף 90די האסט נישט די ריכטיגע אינפארמעישען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2012 00:37 לינק ישיר 

אין קול ואין עונה!


די אהרונים וועלן רעדן פון אלעם, נאר נישט פון דאס ריכטיגע.

וואס הערט זיך מיט די דין תורה אין בארא פארק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2012 18:36 לינק ישיר 

יוסף90 כתב:

לאנצוט (פנים אל פנים רעדאקטער) שרייבט:

דער קשר בוגדים האט אראפגעריסן ר' בערל פריעדמאן און אלע מענטשן מיט אים. צווייטנס איז לויט זיי ר' זלמן לייב קיינמאל נישט מרא דאתרא. וע"ז אנו דנים.
ערשטענס, דיינים פון א קהלה מעגן זאגן פאר מחוצפים, אז איר זענט מחוצפים און איר וועט נאר דערמיט נישט פסול צו דיין זיין, עס איז שטייט בפירוש אין שו"ע, איז א פסול פון שנאה איז נאר א חומרא.

א פסק פון א שונא איז בטל ומבוטל.
אזוי פסק'ט דער מחבר.

צווייטענס, די האסט א טענה אז רז"ל איז נישט רב, קענסט עס טענה'ען ביי א די"ת, אבער ארויסטרעטן קעגן א החלטה פון א מרא דאתרא דער ברך משה (וואס די דיינים זענען עדות אז זיי האבן עס אליין געהערט פון עם און זיי האבן עס אונטערגעשריבן) איז א חוצפה, און דערמיט וואס ער טרעט ארויס דערוועגן ווערט נאכנישט פסול.

דער פסק פון די פעיראלל דיינים וועלכע זענען שונאים פאר בערל פרידמאן זענען פסול לדון לויט'ן מחבר. קלאר און דייטליך.

עס שטייט קלאר און שו"ע, אז א דיין וואס שרייט אן א בע"ד א פאר טעג בעפאר א די"ת, מעג עם דן זיין ביי די די"ת, און אויב ער וויל זיך מחמיר זיין קען ער שטעלן א דיין תחתיו.
א דיין וואס הערט אויס איין צד איז פסול. אזוי פסק'ט דער מחבר. יוסף90 האט טאקע אנדערע הלכות. אבער רבינו יוסף קארו פסק'ט אנדערש. און אזוי דער רמב"ם אויך.

מיטן מוחה זיין אויף חוצפה, ווערט א דיין נישט קיין צד, אנדערש איז נישטא מער קיין בתי דינים בישראל.

מיט'ן ארויסגעבן שמוציגע איסורים און הערן איין צד, איז מען א שונא עצום און פסול לדון. עס איז נישט קיין סוד אז די פעיראלל דיינים זענען פסול לדין און קענען נישט אריינרעדן אין די גאנצע דין תורה אויסערדעם וואס זיי האבן נישט קיין שום סמיכה קיין שום מומחיות צו פסק'ן דין תורה'ס. בלויז שנאה איז די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן.

ווי אזוי האט דיין רבי ר' אהרן געוואלט אז דער ברך משה זאל דן זיין אלטער משה גאלדבערגער, און די צייט ווען ער האט שוין געזאגט א מיינוג קעגן עם.
דער תירוץ איז, אז ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט. יוסף90 האט בלויז געבאקן עפעס איצט.

אזעלכע ליצנות. אז מ'גייט דירעקט צו אזעלכע דיינים וועלכע האבן שוין געזאגט זייער מיינונג און ארויסגעקומען מיט צעדרייטע פסקים קעגן א עדה אידן, און צו "נאר" צו זיי מוז מען גיין

יא, ביי דייני העיר, מעגן מעג מיין גיין צו נוגעים, יא, יא, קענסט נישט קיין הלכוץ, שווייג שטיל, שו"ע איז נישט געשריבן געווארן לויטן שכל פון "פנים אל פנים".
-פסול לדין. און זייער פסק איז בטל לויט'ן מחבר.

זיי זענען נישט ארויס קעגן אן עדה אידן, נאר
קעגן די מחוצפים.
א דיין וואס רופט אן אן עדה אידן מחוצפים ווען ער באקומט א פעיראלל טשעק פון איין צד, איז פסול לדין.

וואס דרייסטו מיר א קאפ מיט "קאנגרעגעישאן". בארא פארק איז אנדערש. ווייל דארט איז ר' בעריש מייזליש, און זיין בלוט איז הפקר.
לא אמרת כלום, האסט גארנישט גענטפערט, בארא פארק קען זיין ווען דיע די"ת וואלט געווען בחיי הברך משה וואלט מען אויך פארגעשלאגן דייני הקהלה, אבער אזויט ווי די די"ת איז שוין פארגעקומען נאך זיין פטירה, באלאנגען נישט די צווי צדדי הסכסוך מצד הדין אונטערן סמכות פון איין מרא דאתרא, דעמאלץ איז די בעסטע לעזונג בוררות.
בארא פארק סכסוך האט זיך אנגעהויבן ווען דער ברך משה האט נאך געלעבט. דריי נישט אין קאפ.

נישטא קיין דייני העיר, ליצני העיר. דיינים וועלכע האבן אויסגעהערט איין צד און ארויסגעגעבן פאשקעווילן קעגן אנדערן צד, אן זיי הערן. זיי זענען נישט קיין דיינים, נאר ליצים.
איבער דעם ענין הסכסוך כשלעצמו האבן זיי נישט אויסגעהערט איין צד, צווייטענס, אפילו זיי הערן אויס איין צד, ביי א סכסוך הנוגע לעיר דארף מען גיין צו די דייני העיר, אפילו זיי האבן אויסגעהערט איין צד.
דאס איז פסק פון דעם גרויסן גאון וצדיק רבי יוסף90. דער מחבר זאגט אנדערש. זיי זענען פסול לדין לויט די קלארע הוראה פונעם מחבר.

פארוואס אין בני ברק איז מען נישט געגאנגען צו "תהלוכי הקהילה" דיינים, נאר געזוכט פרעמדע?

שוין גענטפערט פריער, בני ברק, קען זיין ווען דער ברך משה לעבסט, וואלט ער געקענט מחייב זיין די צדדים צו גיין צו דיינים וואס ער וועט שטעלן, אבער מ'האלט שוין נאך די פטירה פון ברך משה, דאן איז דא צווי צדדים וואס האבן נישט קיין אייניגע סמכותא עליונה.
איך ווייס איז מ'איז אריין אין ציוניסטישן קאורט ווען דער ברך משה האט געלעבט. האט ער געוואוסט דערפון? ער איז נעבעך נישט געזונט געווען, לייג גארנישט אן אויף אים. ער איז נעבעך נישט געזונט געווען.

און פארוואס טאר'ן די ארונים נישט רופן אין ירושלים, נאר די זאליס מעגן רופן אין בני ברק.

ווער לאזט נישט די אהרונים רופן אין ירושלים צו א די"ת?
די זאליס האבן זיך אויסגענומען אז זיי גייען נאר צו דין תורה איבער בני ברק. איבער ירושלים גייען זיי נישט. פאפ דיך נישט אז דו פאפאסט עמיצן. פארקויף נישט קיין לאקשן.



מ'קען נישט גיין צו דיינים וועלכע זענען מיינע אפענע שונאים און זענען אוהבים פאר דיר. פינקט ווי  איך קען נישט ברענגען מיין טאטע זאל זיין דער דיין ביי א סכסוך וואו איך בין א בעל-דין.

א טאטע איז פסול מחמת קירבה, און כל הסולים לךהעיד פסולין לדון, אבער א שונא איז נישא פסולין להעיד, איז ער נישט פסולין לדון.
א שונא איז פסול מחמת שנאה. אלע פוסקים שרייבן עס קלאר און דייטליך באין חולק.


אפשר ווייסטו מיר אויף ווי ר' יחזקאל ראטה איז אוהב לצד אחד, מיט וואס?
ער איז געווען א שונא עצום פאר ר' אהרן טייטלבוים עטליכע יאר. מאך דיך נישט טעמיש. ושונא פסול לדון.

מיר ווילן נישט קיין אוהבים און נישט קיין שונאים. מיר ווילן נוטראלע מענטשן. פינקט ווי איר האט אויסגעקליבן אין בארא פארק און בני ברק דארט ווי איר רופט.



און שו"ע שטייט זה בורר לזה וזה בורר לזה, והשניים בוררים להם שליש
קענסט מיר נישט איינטיילן וואספארא בורר איך זאל נעמען.

קענסט מיר נישט איינטיילן צו גיין צו דריי שמאטעלע דיינים, וועלכע האבן נאר שנאה און רשעות. זיי האבן קיינמאל נישט געפירט קיין דין תורה אין זייער לעבן. און זענען נאר דא צו שלאגן זייער שונא. פסולים לדין, ופסקיהם בטול !

נאדיר דעם מחבר און קענסט קריגן אויף אים.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2012 18:38 לינק ישיר 

א שונא ממש איז אסור לדין בלי שום חולק.

די דריי פעיראלל דיינים ווייסן נישט אזא פשוט'ע הלכה, ווייל זיי האבן אין זייער לעבן נישט געלערנט קיין חושן משפט. זיי קענען גוט פסק'ן שמאטעלעך, זיי קענען פסק'ן א מילכיג לעפל אין א פליישיג טעפל. אבער חושן משפט? געוואלד און געשריגן, איז די תורה הקדושה א ליצנות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2012 20:48 לינק ישיר 

אה, לאנצוט איז מיר געווארן גאר א ת"ח אויך.


לאמיר זעהן וואס ער קען.


אין ערוך השולחן סימן ז' שרייבט ער ווי פאלגענד:

סי' ט שטייט: "אז א בע"ד קען נישט פסל'נען א דיין ווייל ער איז א שונא, אין די גאנצע זאך וואס א דיין זאל נישט דן זיין א שונא איז נאר ממדות חסידות, אבער לא מעיקר דינא"

סי י' שטייט: "אז אז נישט יעדער קען שרייען אויף א דיין אז ער איז א שונא, מ'דארף אויף דעם האבן ראיות ברורות"

אויך שטייט דארטן אז טאמער א בע"ד איז מכשיר א דיין וועמען ער האט ליב און דער צווייטער בע"ד איז זיך מתנגד, קען ער נישט מעכב זיין, "כי אין זה דומה לכל הפסוליןשאין בזה פסול ממש ששניהם יהיה ביכלתם לעכב".

סי' י"ג שטייט: "אפילו א בי"ד וועלכע איז פסול מחמת אהבה אדער שנאה, אע"פ זיי זעלבסט זענען פסול לדון מ"מ זענען זיי ביכולת לצו שטעלן דיינים תחתם, אנדערש ווי א פסיל מחמת קירבה וואזס קען נישט שטעלן קיין דיינים תחתם".

סי' ט"ו שטייט:"המנדה לחבירו {בזמן הקדמונים} מפני שזיזל בכבודו יכול לדונו אח"כ מאחר שאינו שונאו זולת זה וזה עשה מדינא.







ווי זיי שרייבט לאנצוט?

א שונא איז פסול לדון בלי שום חולק.







תוקן על ידי יוסף90 ב- 07/05/2012 20:49:43




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2012 20:53 לינק ישיר 

לאנצוט

אלע דיינע לאקשן תורה'ס שטייען ווייטער בסימן שאלה



צווייטענס דער בארא פארק'ער סכסוך האט זיך אנגעהויבן נאך די הסתלקות פון ברך משה, די הזמנה לדין איז געווען ערב ל"ג בעומר תשס"ו.



די זעלביגע זאך די געריכטליכע קלאגע איבער שיכון קרית יואל בני ברק האט זיך אנגעהויבן חודש סיון תשס"ו נאך די הסתלקות פון ברך משה.

אמת אז מקהאט זיך אויסגענומען נישט דן זן איבער ירושלים, יא אין די ראמען פון די בני ברק'ער די"ת, וויל מען נישט אריינעמען ירושלים אין מיט רעכט.
 
 
אבער איינער שטערט פאר די אהרונים אין ירושלים אבער סי ווער צו רופן די ירושלימ'ער מוסדות צו א באזונדערע די"ת.
 
 
האט איינער אמאל געשטערט?
 
 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2012 21:12 לינק ישיר 

הרב יוסף90,
ביסט דאך אזא למדן, אז עס איז צום שטוינען !

קוק אין סעיף י'. קלארע ווערטער:
אבל באוהבו ממש, כגון שושבינו או ריעו אשר כנפשו, או שונאו ממש, דהיינו שהוא אויב לו, ומבקש רעתו
או שלא דיבר עמו ג' ימים מחמת איבה, אפילו בדיעבד אין דינו דין!

אפילו בדיעבד אין דינו דין!

און דאס איז ביי דיינים וועלכע האבן "סמיכה", נישט פון או"ח דיינים, וועלכע האבן אין זייער לעבן נישט געפסק'ט קיין דיני ממונות, זייער איינציגסטע קענטעניס דא איז שנאה און רשעות.


תוקן על ידי לאנצוט ב- 07/05/2012 21:30:22




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2012 21:26 לינק ישיר 

ביטע נאר מיט נארמאלע סייז אותיות. א דאנק




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2012 21:31 לינק ישיר 

פון ווייסטו אז ער איז אוייב לו וומבקש רעתו

אפשר איז נאר נידוהו מפני שזלזל בכבודו


וואס דאס איז דער אמת געווען


האבן די דיינים פיינט געהאט בערל פר"מ אדער דוד הויער פערזענליך?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2012 21:48 לינק ישיר 

ראשית:

במחילת כבוד הדיינים, זענען אלע בלוט-שונאים פאר ר' אהרן טייטלבוים, און האבן געלאזט פאלן מיאוס'ע ווערטער אויף אים. עס איז נישטא קיין נידוי און קיין שמתא און קיין ארור'ס. בלויז שנאה, נאכאמאל שנאה און נאכאמאל שנאה.

און דאס איז נישט וואס ראובן זאגט אויף שמעון אז ער איז אים א שונא. ר' מנשה איז געווארן א דם שונא פאר ר' אהרן וועגן די מקוה טהרה, וואס מ'האט געטראגן לשון הרע'לעך, און אין כאן מקומם להאריך, ווייל ער איז בארעכטיגט צו זיין א דם שונא, אבער נישט בארעכטיגט צו זאגן ביי א דין תורה, וואס די דיינים דארפן זיין "נוטראל" כלשון המחבר:

אם לא היה מכיר את אחד מהם ולא את מעשיו, אין לך דיין צדיק כמוהו...
דאס איז תורת משה.

נעמען א או"ח דיין וואס האט נישט קיין שום ערפארונג אין דיני ממונות אין זיין גאנץ לעבן. זיי האבן קיינמאל נישט געפירט קיין דין תורה, זיין איינציגסטע קוואליטעט איז זיין שנאה. אזא איינער איז פסול לכל הדעות און זיין פסק דין איז בטל אפילו בדיעבד.

קענסט קריגן אויף לאנצוט, אבער נישט אויפן מחבר בלי שום חולק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2012 21:54 לינק ישיר 

לאנצוט


ווען דו פלאגסט דיך אזוי שטארק אויפצואווייזן אז די דיינים זענען בלוט שונאים פאר דיין רבין.

איז מיר פשוט שווער: דיינע הולכי בערכאות (וואס ווילן מכלומרשט דין תורה) זענען כסדר ביזי אז דאס האט בכלל נישט צוטאן מיט ענקער רבין, נאר צווישן די ראשי הקהילה פון ביידע זייטן, טא וואס איז נוגע די דיינימס מיינונגען איבער דיין רבין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > גיין צו דין תורה – איז דא מיט וועמען?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.