בית פורומים אידישע געדאנק

גיין צו דין תורה – איז דא מיט וועמען?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/5/2012 23:15 לינק ישיר 

א דאנק פאר דעם בריוו.
 לאמיר עס צענעמען אויף קליינגעלט.

1) זעה איך נישט קיין שמוציגע פאשקעוויל "קשר בוגדים" צעטל.
2) איך זעה אז מ'הייסט אים ארויסגיין פון ערכאות של עכו"ם. וזהו.
3) די טענה פון אלטר משה איז געווען א ריין רוחניות'דיגע אישו, איבער דאס ווארפן פון זיין קינד פון די מוסדות. ממילא איז דאס א זאך וואס געהערט פאר די רוחניות'דיגע פירער, חוץ אויב ער האלט אז זיי זענען נישט די רוחניות'דיגע פירער, דאן וואלט דער דיון זיכער אנדערש געווען.

תבנא לדינא:
ביי אלטר משה ג"ב איז נישט דא קיין שמוציגע פאשקעווילן קעגן אים. ממילא איז נישטא קיין שום שנאה, ממילא מוז זיך קיינער נישט מסלק זיין. בלויז א פסק ער זאל ארויס פון קאורט.
צווייטנס איז עס א רוחניות'דיגע אישו מהחל ועד כלה נישט א געלט סכסוך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 23:24 לינק ישיר 

טיפש

דער בריוו איז שוין געשריבן געווארן נאכן נעמען א מיינונג

נאך ווען דער ברך משה האט ארויסגעווארפן אלטער משה מיט זיינע קינדער

פארוואס איז אלטער משה געגאנגען אין געריכט, ווייל מ'האט שוין חורף דינו געווען אן קיין די"ת.

שרייבן קשר בוגדים איז גענומען א מיינונג

אבער ווארפן די קינדער, בעפאר א די"ת איז נישט קיין מיינונג?


ארויסווארפן קינדער פון א ת"ת איז כולו רוחניות

אבער פוגע זיין אין כבוד התורה איז גשמיות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2012 23:29 לינק ישיר 

איך ווייס נישט פון קיין פוגע זיין קיינעמ'ס כבוד התורה ביי ר' בערל פריעדמאן, מ'האט פוגע געווען אין משה פרידמאן. דאס איז נישט קיין תירוץ פארוואס מ'דארף שרייבן "קשר בוגדים" פאשקעווילן.

אויף אלטר משה זעה איך נישט קיין פאשקעווילן פון די דיינים.
ווייל זיי זענען ערליך נישט, און לאזן זיי נישט זייער פאליטישע שנאה דאמינירן.

ביי די וועי, זיי האבן נאר געהייסן אלטר משה ארויסגיין פון ערכאות עכו"ם, ער האט געהאט די ברירה צו גיין צו זיי פון בעפאר זיי וואלטן אים גערן אויסגעהערט. והא ראי' אז ר' יואל מארגנשטערן איז געווען צווישן די דיינים.

ביי די דיינים האבן זיי נישט געוואלט אויסהערן ר' בערל פריעדמאן און קיינעם נישט פון די ארונימ'ס זייט. נאר פאשקעוילן איז געווען דער ענטפער.

א וואונדער אז זיי זענען פסול לדין. והוראתם בטל אפילו בדיעבד?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 23:43 לינק ישיר 

לאמיר זאגן לאנצו"ט טייערער, אז די דיינים האבן פאלש געטראכט, אין בערל פרי"מ האט אין קיינעם'ס כבוד התורה נישט פוגע געווען.


לאמיר שוין זאגן.

אבער זיי האבן אבער געהאלטן אז יא, איז למעשה זייער בריוו געווען געצילט איבער די פגיעה אין כבוד התורה וועלכע איז א רוחניות'דיגע אישו



צווייטענס, שיקן א מענטש צו די"ת, ביים מרא דאתרא, נאך ווען דער מרא דאתרא זאגט שוין זיין מיינונג במלוא התוקף, מיטן ארויסווארפן עם מיט זיינע קינדער, איז נישט ארויסגעזאגט א מיינונג פון פאראויס.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2012 23:45 לינק ישיר 

רוחניות און גשמיות איז 2 זאכן. א געלט סכסוך קען יעדער גיין צי וועלכן בית דין ער וויל.
חוץ ביי די נייע תורה פון "סמכות עליונה"? און "תהלוכי הקהלה" בעלאני.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 23:47 לינק ישיר 

ליין איבער מיין תגובה

וועסטו זעהן אז די האסט גארנישט גענטפערט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2012 23:58 לינק ישיר 

ער האט נישט גערופן איבער א דיני ממונות, נאר איבער א רוחניות.
צווייטנס האבן זיי אים נישט מנדה געווען און נישט מבזה געווען. איך זעה א צעטל אז ער מוז ארויס פון קאורט.

הימל און ערד פון קשר בוגדים פאשקעוויל אין דער איד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 00:10 לינק ישיר 

נאכאמאל מוחה זיין אויף כבוד התורה (דגי דיינים האבן געהאלטן אז עס איז  אמת) איז ממנות?

ארויסווארפן א קינד פון ת""ת מיטן טאטן צוזאמען אין דערנאך שיקט עם דער ארויסווארפער צו די די"ת ביים ארויסווארפער, איז אנדערש ווי קשר בוגדים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2012 00:18 לינק ישיר 

א פייט צווישן בערל פרידמאן מיט משה פריעדמאן איז נישט קיין כבוד התורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 00:31 לינק ישיר 

אבער די רבנים מעג האלטן אז עס איז כבוד התורה

אפילו די האלסט אנדעירש

דיעריבער איז עס א רוחניות'דיגע אישו


ביי אלטער משה ג"ב האט אלטער משה אויך געהאלט אז עס איז א פייט פון משה פר"מ מיט אלטער משה ג"ב



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2012 00:35 לינק ישיר 

יוסף90 כתב:
אבער די רבנים מעג האלטן אז עס איז כבוד התורה

אפילו די האלסט אנדעירש

דיעריבער איז עס א רוחניות'דיגע אישו


ביי אלטער משה ג"ב האט אלטער משה אויך געהאלט אז עס איז א פייט פון משה פר"מ מיט אלטער משה ג"ב

ווען מ'רופט צו דין תורה איבער "בעלות" ווי קומט דא אריין כבוד התורה?
איך פארשטיי אז ביי יוסף90 איז "אמת און שקר" די זעלבע, מ'נוצט עס ווען עס לוינט זיך. דער מציאות איז דער דין ודברים איז נישט געווען איבער קיין רוחניות'דיגע זאך נאר איבער בעלות.

קען זיין אז אלטר משה ג"ב דארף יעצט ענדערן זיינע טענות. אבער דעמאלט איז עס געווען איבער רוחניות אנגעלעגנהייטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 02:16 לינק ישיר 

די הזמנה פון די די"ת איז געווען צווי דריי ואכן דערנאך

די מחאה איבער זלזול כבוד התורה, איז געווען דריי וואכן בעפאר און עס איז אויל רוחניות

און צווייטענס, דיינים וואס האבן מדה געווען א מענטש איבער זלזול כבוד התורה קענען דן זיין א בע"ד שפעטער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2012 05:12 לינק ישיר 

לאנצוט, דער בריוו פון ר' אהרן פאר ר' אלטר משה וזוגתו שינדל, איז געווען נאכדעם וואס ר' אלטר משה האט תובע געווען לדין ביי א בית דין אין מאנסי, און ר' אהרן האט נישט געהאלטן ביים צושטעלן צו דין תורה, גראדע זענען די תביעות געווען ממונות, ווייל מ'האט דעם איד אנגעהאקט די ביינער אין קר"י בית המדרש פאר'ן מוחה זיין קעגן ר' משה'לע וויזניצער,

ר' אהרן האט געהאלטן א דרשה קעגן דעם בית דין, און באשולדיגט אלס א בית דין חצוף, בלויז פאר דעם פאקט אז זיי האבן זיך געוואגט צו שיקן א הזמנה לדין, דער בית דין האט נאך עטליכע הזמנות און התראות געגעבן א היתר בית דין פאר הרב גאלדבערגער צו גיין בערכאות,

ר' אהרן האט נאכן ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות, בעת ווען עס איז נאכנישט געווען קיין אנדערע מוסדות אין שטאט, און נאכדעם וואס ער האט נישט געוואלט גיין צו דין תורה צו א בית דין כשר בישראל המרוצה לשני הצדדים, האט גלייך אויסגעפסק'נט אז עס איז בלויז דא רוחניות'דיגע תביעות און דוקא זיין טאטע בראש פון זיינע איינגעשטעלטע זאלן פסק'נען דעם סכסוך, איך מיין אז די פארשטייסט אויך אז מאכט נישט קיין סענס, אז ר' אהרן זאל באשליסן אויב די תביעה איז רוחניות אדער גשמיות, ער האט דאך נאכנישט פארגעלייגט די טענות ותביעות,

איך פארשטיי אז רוחניות מיינט צו באשליסן אויב מ'זאל מאכן ריסעס 11 אזייגער אדער 12 אזייגער אדער מזאל לערנען מסילת ישרים צו חובת הלבבות, אבער אנברעכן א איד די ביינער אין שול און ארויסווארפן זיינע קינדער אויף די גאס אפשר איז יא דא תביעת ממון,

חוץ מזה איז דער עצם זאך אז א איד רופט צו א נייטראלער בית דין זאל דער בית דין פארשריגן ווערן אלס בית דין חצוף און לכבוד דעם האט מען יארן לאנג געפסל'ט גט'ן פון דעם בית דין, כאטשיק עס איז א הארבע זאך מוציא לעז זיין אויף א גט, עס איז בחרם דרבינו תם, איז דאס א השחתה אויפן נידעריגסטן סארט,

בנוגע דער סכסוך פון בערל פרידמאן מיט יענקל כהנא, האט ר' יצחק ראזענבערג געזאגט זייער קלאר אלף שמות אז דער סכסוך איז איבער דאס רבנות פון רז"ל, וואס ר' אהרן איז באמת שוין געווארן רב הצעיר און קהל האט נישט געקענט אויפנעמען א צווייטן רב, עס קען זיין די דיינים האלטן אז רבנות פון א קהלה איז יא רוחניות,

קען זיין אז לאנצוט האלט אז אנשלאגן א איד און ארויסשטעלן זיינע קינדער איז רוחניות און נישט גשמיות, און די רבנות אין וויליאמסבורג איז בלויז גשמיות נישט רוחניות, אבער די דיינים מעגן מחולק זיין.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 17:11 לינק ישיר 

די דין תורה איז געווען ווייל מ'האט נישט געוואלט האלטן זיין קינד אין חדר.
אויב איז דאס גשמיות, ביטע זיי מסביר וויאזוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 17:28 לינק ישיר 

רב גאלדבערגער דער תובע זאגט אז ער האט דוקא יא תובע געווען ממונות, און אזוי זאגן אויך די רבנים פון די בית דין המזמינים הרב לייביש לאנדסמאן,

טאמער האלט לאנצוט אז ר' אהרן איז דער מחליט וואס גאלדבערגער איז תובע, דעמאלס איז מצידי דער דיסקאשען געשלאסן,

אבער אביסל קאמאן סענס זאגט אז סיי וועלכער דיספיוט פון א קהלה וואס האט ארויסגעשטעלט א מענטש פון בית מדרש מיט מכות רצח און זיינע קינדער ארויסגעשליידערט אויף די גאס און א שטעטל וואס האט נישט קיין אנדערע מוסד, איז אבסורד צו זאגן קום צו מיינע רבנים צו דין תורה, און קיין שום אנדערער בית דין טאר ח"ו נישט אריינמישן, און אז יא איז מען א בית דין חצוף, וואס זייער פסקים זענען בטל בעבר ובעתיד, זייערע גיטין וקידושין זענען פסול כמשפחות הפנקסים,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > גיין צו דין תורה – איז דא מיט וועמען?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.