בית פורומים כל העולם כולו

גיין צו דין תורה – איז דא מיט וועמען?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/5/2012 20:16 לינק ישיר 
גיין צו דין תורה – איז דא מיט וועמען?

די אהרונים זענען כסדר ביזי מיט שרייען: גיין צו דין תורה.


שיינע דיבורים. אבער עס פרעגט זיך א גרויסע שאלה: איז בכלל דא מיט וועמען?


זיצנדיג אין מקוה, האב איך מיטגעהאלטן א שמועס וואס 2 אידן האבן דיסקוטירט דאס ענין פון דין תורה מיט די אהרונים. איינער האט זיך אנגערופן, איז דען שייך צו גיין מיט די אהרונים צו דין  תורה?


און ווייזט אן אויף בארא פארק. נאך לאנגע חדשים וואס דאס בי"ד האט געהערט די טענות פון ביידע צדדים פארוואס ר' מענדל שווימער איז יא אדער נישט פון די הנהלה, און פארוואס אהרן וועלץ מעג יא אדער נישט אליינס באלעבאטעווען, האט אויסגעקוקט אז אט גייט קומען א פסק, ושלום על ישראל.


אבער פלוצלונג ביים לעצטן דיון, ווען דער אהרונישער בורר זלמן גרויז האט זיך דערזען אז עס האלט שוין קרוב צו א פסק, האט ער אריינגעווארפן א פרישע באמבע, אז דאס איז נישט קיין דין תורה צווישן די 2 יחידים, נאר צווישן דעם ציבור. דאס מיינט אז נאך חדשים פון אויסברענגען צייט און צענדליגער טויזנטער דאלארס האט מען זיך דערזען ביים אלף.


מיט דעם אלעם, האט ר' מענדל שווימער דאס אויך נאכגעגעבן, און מסכים געווען אז מען זאל דן זיין לויטן ציבור. דאס בי"ד האט דעמאלסט פארלאנגט פון ביידע צדדים צו ברענגען חתימות פון זייער ציבור.


למעשה האט ר' מענדל שווימער אויסגעפאלגט די בקשה פון בי"ד, אבער דער אהרונישער צד האט נאך ביז היינט נישט געברענגט קיין חתימות.


פארוואס? ווייל זיי "ווילן נישט" קיין פסק!


אבער די אהרונים ווילן כסדר דין תורה!


איז דען בכלל דא מיט וועמען זיך צו שטעלן?






דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/5/2012 20:21 לינק ישיר 

איבער 10 יאר האט געדארט אויפצוקומען מיט א תירוץ פארן נישט קומען צו די"ת?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 20:28 לינק ישיר 

אין ווישניץ וויליאמסבורג און מונסי האט דין תורה זייער שיין געפאסקענט מען האט ציטיילט לויט מתפללים און נדבנים, אבער דא אין סאטמר האט מען שוין ציטיילט תש״ס, וואס לכאורה גייט דין תורה גארנישט טוישען. נאר די ארונים ווילען ציברעכען סאטמר טרייען זיי דורך די קארט, מיט נאך שרייען און באשמוצען אונזער הייליגע קהלה מיטן זאגן אז מיר ווילן נישט קומען צו דין תורה, און זיי האלטען אז דאס געט זיי א בלענק טשעק, מיט אלע מיני מסירות צוציברעכן אונזער כוח



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/5/2012 20:37 לינק ישיר 

די זאליס נאך 10 יאר
זענדיג כי כלתה עליהם הרעה
פראבירן זיי צו טוישן די גאנצע מציאות מיט נייע תירוצים פאר די איבער 10 יעריגע סירוב לדין

קהל האט זיי שוין לאנג מציע געווען
ווי איידער שטעלן יעדע וואך אין דער איד פרישע שקרים, פין פעיראלל דיינים, תהליכה הקהילה, אין נזקקין, קרית יואל, ב''פ כו'
קומט אריבער צו א בי''ד אין שרייבט אינטער שטרי בירורין אין זאל מען דאס דן זיין
איבער וואס דער תובע קען תובע זיין דעם נתבע, אין אויב דער תובע קען נאך בכלל האבען א תביעה וכו'
דער נתבע האט נישט קיין אליינס שום תוקף צו קענען פסקנ'ן וויאזוי דאס זאל גיין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2012 20:59 לינק ישיר 

סאיז דא בכלל רילייעבל בתי דינים אדער אפילו רבנים פאר א זבל"א צו וועם צו גיין צו דין תורה? דערווייל זעמיר אין א מצב אז עס איז נישטא, ב.פ. ב"ב ובאבוב יוכיחו, מילא איז דערווייל די אפציע נישט שייך. אפשר גייען די צדדים איין אויף שלשה רועי בקר און זיי זאלן אויסהאמערן עפעס? קען זיין אז דאס קען מען יא טרעפן היינט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/5/2012 21:10 לינק ישיר 

IAMSMART כתב:
סאיז דא בכלל רילייעבל בתי דינים אדער אפילו רבנים פאר א זבל"א צו וועם צו גיין צו דין תורה? דערווייל זעמיר אין א מצב אז עס איז נישטא, ב.פ. ב"ב ובאבוב יוכיחו, מילא איז דערווייל די אפציע נישט שייך. אפשר גייען די צדדים איין אויף שלשה רועי בקר און זיי זאלן אויסהאמערן עפעס? קען זיין אז דאס קען מען יא טרעפן היינט.


אז די האלסט אז ס'איז נישט קיין רילעביל בתי דינים פאר א דין תורה

פארזאגסטו דעמאלס אז די אהרונים ווילן נישט קיין דין תורה ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 21:28 לינק ישיר 

איך וואלט ענדערש געפרעגט : גיין צו דין תורה, איז דאס פארוואס ? און בכלל פארוואס עפעס גיין צו דין תורה אומגעריפען ?? און וועמ'ן וואלטען זיי געוואלט ריפען ?

רבינו שליט"א פאר'ן אנעמען א רבנות וואס זיין טאטע האט אים  געגעבן.

די ראשי הקהלה פאר'ן אויספירען רצון קדשו פון רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע.

אדער גאר הרבנית הצדיקת ע"ה פאר'ן געבוירען רבינו שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/5/2012 21:34 לינק ישיר 

ער האט עס קיינמאל נישט באקומען פין זיין טאטע ער איז א פוסטער גנב
די ראשי הקהילה האט מען ארויס געווארפן
מען האט אריין גענימען ניי וואס האבן זיך משדעבד געווען די נכסים פארן עם הארץ

משה גבאי האט מאנווירט ער זאל עס באקומען

זאל ער עס זאגן פארן בית דין דער גנב


תוקן על ידי אבראהאם ב- 02/05/2012 21:37:49




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 21:44 לינק ישיר 

פינטעל די ארונים ווילן נישט קיין דין תורה, זיי ניצען דין תורה פאר א בלענק טשעק צו פראבירען אונטער ברענגען סאטמר
הראיה עלף יאר נאכן פורץ גדר זיין צו גייען און ערכאות, וואס ליידער נאכדעים האבן פילע יחידים און קהלות קדושות נאכגטועהן, האבן זיי נישט געברענגט קיין שום כתב פון א בית דין וואס האט זיי מתיר געווען, )אפילו פון שלשה רועי בקר אויכעט נישט( און נישט געשיקט קיין שום הזמנות צו קיין שום בית דין שבעולם, ווייל זיי ווילן נישט קיין דין תורה זיי ווילן ציברעכען סאטמאר



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/5/2012 23:24 לינק ישיר 

סטאפ די בת היענה שפיל דא גענוג געווען 
נאך 10 יאר איז שוין ניטאמאל דא א שוטה וואס ווייסט נישט ווער עס איז דער גנב און ווער עס איז דער מסרב לדין 
א שאד יעדעס ווארט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 23:26 לינק ישיר 

חוץ אויף היידפארק און אין בלאט איז דא א בריוו אפילו פון איין בי"ד אז די זאליס זענען מסרבים לדין, אזוי ווי דער דין איז ווען א בי"ד שיקט דריי הזמנות און מ'שטעלט זיך נישט צו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2012 00:01 לינק ישיר 

קלאר אז ניין אבער יעדער ווייסט אז נאך די דריטע הזמנה ביי די איינציגע בי"ד וואס האט זיך נישט געלאזט פון טעראר האבן די זאליס נאכן מסרב זיין 3 מאל איז זיי געלונגען אז דער פורים ראב"ד און ר' זלמן זענען אריבער צום בי"ד און ארויפגעלייגט שווער דריק מזאל נישט געבן קיין היתר בי"ד ביז אנדערע דריי רבנים חשובים האבן געגעבן א היתר באהאלטענערהייט צוליב פחד הטעראר און מהאט דאס בשעתה געוויזן פארן ווינער רב וואס האט דאס אייך מעיד געווען
און באמת די סיבה פארוואס די וועלט ווייסט אז עטס ווילטס נישט דין תורה כאטש נישט יעדער איז באקאנט מיט די פרטים ווייל יעדער נער ווייסט אז די איז פארגעקומען א גניבה אויף די בנינים און רציחה אויפן רבין ז"ל בימי חולשתו און יעדער ווייסט ווער עס האט פון וואס מורא צו האבן פון דין תורה 
ווי אויך איז דאס שוין איבערגעצייגט געווארן לעיני השמש אין קארט כמעט יעדעס מאל ווען די ארונים האבן בלויז געבעטן מזאל לייגן דרוק אויף דין תורה און די זאליס האבן עס דינייט און מסביר געווען פארוואס נאר קארט קען פסקענען און ביי די ב"פ געריכט האט עס אפילו דער ריכטערן אריינגעשריבן אין פסק די פאלשקייט פון די זאליס מיטן כלומרשט גיין צו דין תורה און לויפן תיכף און געריכט שרייען אז מוויל נישט דין תורה 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2012 01:35 לינק ישיר 

אין די תורה וואס איז געגעבן געווארן אויף הר סיני שטייט אז דין תורה איז נאר מיט א איד וואס פירט זיך ווי א איד, נישט איינער וואס פירט זיך ווי א גוי, און נוצט די תורה נאר ווען עס לוינט אים, בפרט ווען ער האט זיך ארויסגעשטעלט אז דין תורה איז ביי אים א שטעקן פונקט ווי דאס גויאישע קאורט!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/5/2012 01:39 לינק ישיר 

האט איינער די בריוו פינעם וויזניץ'ערס איידעם אז מ'קען נאר גיין צי פעראל דיינים ביי פרשת אלטר משה



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/5/2012 01:41 לינק ישיר 

חלה דעקעלעך

סאטמאר ב"פ געפינט זיך ביי דין תורה כרצון האהרוינים (אזוי עכ"פ שרייסטו אז די אהרוינים ווילן דין תורה און די זאליס נישט) בי"ד האט געבעטן אז אלע סאטמארע חסידים אין ב"פ זאלן אינטערשרייבן אז זיי וועלן אנעמען דעם פסק פון בי"ד.

נאר די זאליס האבן אינטרעגעשריבן און מען ווארט נאך עד היום (אריבער א יאר) אז די אהרוינים זאלן אינטערשרייבן.

אויב זענען די אהרוינים אזוי וויליג און בעטן זיך גאר פאר דין תורה און די זאליס זענען די וואס דרייען זיך ארויס (כפי דיינע דמיונות) ווי אזוי שטימט דאס מיטן פאקטישע מציאות אז די זאליס האבן גע'חתמ'עט און די אהרוינים האלטן נאך עד היום נישט ביים חתמ'ענען?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/5/2012 02:28 לינק ישיר 

IAMSMART כתב:
אין די תורה וואס איז געגעבן געווארן אויף הר סיני שטייט אז דין תורה איז נאר מיט א איד וואס פירט זיך ווי א איד, נישט איינער וואס פירט זיך ווי א גוי, און נוצט די תורה נאר ווען עס לוינט אים, בפרט ווען ער האט זיך ארויסגעשטעלט אז דין תורה איז ביי אים א שטעקן פונקט ווי דאס גויאישע קאורט!


קומט צו דין תורה ווי אידן וואס פאלגן די תורה וואס איז געגעבן געווארן אויפן בארג סיני וועל מיר דארט הערן "אלע" ענקערע תירוצים פונעם שער התירוצים פארוואס די בי"ד זאל ארויסווארפן די קלאגע
אבער אלע תירוצים אין נזקקין מיט זיי זענען נישט קיין אידן זיי האבן אנגעהויבן אלעס אלעס ווי ער האט געוואלט ער האט געזאגט אהער אהין וואס די ווילסט נאר זאלסטו דעם בי"ד זאגן פון אלף ביז ת' אלעס נאר אין בי"ד נישט אויף הייד פארק און נישט אין קאורט

תוקן על ידי גרוינים ב- 03/05/2012 02:30:39




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גיין צו דין תורה – איז דא מיט וועמען?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext