משא"כ דער ר' אהרן וואס האט זיך נישט געלאזט, און פונקט פארקערט גאר אין גאנג געלאזט א רעוואלט, ס'האט זיך געטוען יעדער ארוני ראצער בחור האט חוזק געמאכט פון זיין פאטער, איז געבליבן מיט וואס ער האט געהאט פארדעם אלס ק"י רב, ער איז נישט געווארן אנערקענט ביי קיין שום פרעמדע מוסד ווי עדה"ח/התאחדות/כולל שומרי חומות וכו' וכו' ווי זיין טאטע און פעטער זענען יא געווען נשיאים(נישט אז ס'מאכט אויס ס'איז נאר א כבוד זאך, אבער ס'ברענגט ארויס די פאקט אז יעדער רעכנט זיך "ווייל ס'איז דא צוויי סאטמאר'ס" און זיין ברודער איז געווארן א סאטמאר רבי!
א זאך וואלט לכאו' קיינמאל צושטאנד געקימען ווען ר' אהרן קאאפערירט ווען! ווי מ'הערט אויפ'ן טעיפ ווען ר' אהרן בעהט זיך מ'זאל אים מאכן פאר רב אין וויליאמסבורג און די טאטע זאל גיין אין גארטן, אז מ'באהאנדעלט אים ווי די קרוין פרינץ נאר די רבי איז אים מסביר "דו האסט דאך די ישיבה אין ק"י" אויף וואס ער זאגט אז ער האט נאך נישט קיין תירוץ.... * בקיצור היינט קען מען זאגן ער איז טאקע נישט קיין שרוליק! וויל ר' ישראל איז "די וויזניצע רבי" און ר' אהרן איז "פון די" צוויי סאטמאר רבי'ס.
נשלח ב-3/5/2012 00:45
איך געדענק ווען עטץ האטס געשריגן אז נאר ר' זלמן איז סאטמאר רבי ר' אהרן איז נישט סאטמאר
ס'דורך 5 יאר די האלט'ס שוין אז ר' אהרן איז א סאטמאר רבי
געב עס נאך 5 יאר וועסטו זאגן אז נאר ר' אהרן איז סאטמאר רבי איז ר' זלמן לייב איז עפעס א פאני רבי וואס האט גארנישט מיט סאטמאר
הנגיד. ס'קען זיין אז ער איז יא א סרוליק אדער א מענדל. וועמען אינטרעסירט וויאזוי דו כאראקטעריזירסט דיין פאליטישן שונא.
לגבי די התמנות'ן וואס דו באריריסט גלייב איך אז דאס וואס ער איז נישט נשיא אין התאחדות הרבנים, כולל שומרי החומות, רב טוב, קרן הצלה, יד לאחים, עזר לתלמיד וכו' וכו', איז ווייל ער האט זיך אנטזאגט דערפון פרייוויליג.
איך ווייס אז מ'האט אים געבעטן ער זאל עס אננעמען, אבער ער האט געזאגט אז ער קען נישט ערפילן אלע פאזיציעס פונעם פאטער. ממילא איז דיין פאינט לכאורה אפגערעגט.
לגבי די התמנות'ן וואס דו באריריסט גלייב איך אז דאס וואס ער איז נישט נשיא אין התאחדות הרבנים, כולל שומרי החומות, רב טוב, קרן הצלה, יד לאחים, עזר לתלמיד וכו' וכו', איז ווייל ער האט זיך אנטזאגט דערפון פרייוויליג.
איך ווייס אז מ'האט אים געבעטן ער זאל עס אננעמען, אבער ער האט געזאגט אז ער קען נישט ערפילן אלע פאזיציעס פונעם פאטער. ממילא איז דיין פאינט לכאורה אפגערעגט.
ר' אהרן זאגט "איך וויל עס נישט", פארוואס נעמט מען נישט דעם זון וואס זאגט "איך וויל עס יא".
נשלח ב-3/5/2012 01:28
זיי ווילן נאך די געלט פון ארונים
נשלח ב-3/5/2012 01:44
חזר איבער דיין פראגע לאנצוט ווי א נער
זאגסט גוט ר' אהרן האט זיך טאקע אפגעזאגט, אבער פיר אויס פארוואס....
ווייל זיין ברידער הייסט אויך סאטמארער רבי און ער איז אויך א חבר הנשיאות אין די אלע פלעצער ממילא מוז מען זיך אפזאגן, פינטל,פינטל.
נשלח ב-3/5/2012 01:51
ער האט זיך אפגעזאגט ווייל ער איז נישט אינטרעסירט צו זיין "נשיא אין התאחדות הרבנים", און ווערן געפירט דורך הרב איצא גליק. אדער זיין נשיא אין כולל שומרי החומות און ווערן געפירט דורך ליפקאוויץ פון ארץ ישראל, אדער זיין נשיא אין עדה החרדית און ווערן געפירט דורך ר' גרשון שטעמער.
ער האט שוין געקאסט די אלע זאכן, און ס'איז "הבל ורעות רוח". הבל הבלים אמר קהלת. אבער איך קום צוריק ווי א נער צו מיין פריערדיגע קשיא: