אזויווי עס שטייט אין חז"ל "זייער זייער" הארבע זאכן אויף "השומע זילותא דרבנן ושותק" און איך וויל נישט אריינגיין אין דעם כלל, במילא פיל אז איך מוז דא זאגן עטליכע ווערטער:
1) סאטמאר רבי הייסט אין די גאנצע עולם התורה וחסידות (אחוץ ביי די זאלי/בני המן/מוסרים/מסרבים לדין ווייל ביי זיי איז די ס"מ דער מנהיג, כפי ידוע וואס די הייליגע נוע"א האט געזאגט אויף א קהלה אהן א מנהיג) פון די שטערקסטע רבנים אין כלל ישראל, דער איד (סאטמאר רבי) האט:
האט געפירט דין תורות ווען עינקערע טאטעס זענען נאך געווען קינדער, אלץ גע'פסק'ט אין סאטמאר און אין התאחה"ר די שווערסטע שאלות אין די ווערע אבן העזר און הל' גיטין ביז ער איז געווארן מרא דאתרא, "אלע" גיטין וואס ווערן געמאכט אין וומ"ס זענען געבעיסט עד היום הזה אויף די תקנות און מנהגים וואס ער איז געווען פון די רבנים מיט וועם מען האט זיך דורך גערעדט
ער האט גע'פסק'ט שאלות פון תשל"א ביז תשמ"ה, עטץ קענסט פרעגן עני איד וואס האט חתונה פאר תש"מ יעדער וועט דאס געדענקען,
זיין טאטע די ברך משה האט אויף אים געזאגט כמה פעמים אז זיין "זוהן ר' אהרן האט זיך נישט מיט וואס צו שעמען פאר די רבנים אינדערהיים פארן קריג"
ער איז פון ממש די איינציגסטע פון די אדמורי"ם בדורינו וואס האבן אין זיך די כח הרבנות צו פסק'ן שאלות אין ד' חלקי שו"ע און האט די ריכטיגע דעת תורה אין אלע ענינים ובפרט בעניני השקפה און ווי איין און ווי אויס,
ב) די זאלי דיינים זענען ווערט צו ווערן בא'טיטול'ט מיט די נאמען אספסוף ווייל זיי זענען געווען דיינים אין התאחה"ר וואס איז געווען געפירט דורך סאטמאר אדער אין א סאטמאר קהלה, זיי ווייסן זייער גוט וואס סאטמאר מיינט, זיי ווייסן די אמת'ע שלייער פון די גע'אסר'טע בני יואל, זיי ווייסן די אמת'ע מיינונג פון ברך משה אין די סאמע געזונטע יארן בשעת ווען ער איז געווען בתוקפו ביי אלע עניני הכלל, עכ"ז האבן זיי געהאט די "חוצפה" צו ארויסגיין קעגן די ברך משה'ס מיינונג און קעגן קהלתינו הק', הן מיטן מיטשטיין קעגן רבי'ן הן מיטן שרייבן א בריוו אז מען מעג פורץ גדר זיין אין די בני המן זאל אין קרית יואל, וואס דארף מען מער פון דעם?
1) אז דער זעלבער ר' יח"מ פר"מ וואס האט געשריבן תשל"ג א בריוו אז בפקודת רבינו שליט"א האט מען געמאכט א עירוב אין ראדני, מען זאל קענען אריין און ארויס טראגן סידורים אדער אנדערע צו און פון ביהמ"ד, וואס אויף דעם פסק פלעגן "אלע" אנשי שלומינו ארויסטראגן די מחזורים ביי יזכור "יו"ט שחל בשבת" ובפרט שמיני עצרת ווען עס איז געווען א גרויס עולם, ווי אויך פלעגט מען טרונקען קאווע אין קאלטע משקאות אויף ראדני אפילו ווען עס איז געווען שבת, און 30 יאר שפעטער תשס"ג שרייבט דער זעלבע ר' יח"מ די ווערטער: מעולם לא נעשה עירוב ע"י קהלתינו הק' ב"ראדני", מה נפשך אויב תשס"ג איז אמת מיינט דאס אז תשל"ג האט ער געשריבן שקר, דעמאלט ווי ער האט גענומען די אחריות מכשיל זיין אזויפיל אידן צו טראגן שבת אהן א עירוב בו בזמן וואס זיינע מענטשן שרייען נאך פרויען פארן טראגן ווען עס איז יא דא א עירוב, אלא מאי מוז איך אננעמען אז די תשל"ג איז אמת און די תשס"ג איז שקר, היש לך ליצנות גדולה מזו, וועגן פארטיי אינטרעסן צו שרייבן אזא שקר 2) ר' שלמה לייב וויינבערגער זאגט אז ליגן אין סאטמאר בית החיים איז גזילה ווען די אייגענע טאטא און מאמע האט ער געלייגט בגזילה, איז עס גזילה וויזוי האט ער דאס געטוהן איז עס נישט גזילה, היעלה על הדעת פאר פארטיי אינטרעסן צו באשמוצן א גאנצע קהלה מיט אידן אויף גזילה מיט א שקר?
און לאמיר רעדן פון זלמן לייב אליין, ווכער נאך ווי ער ווייסט אזוי גוט ווי זיין טאטע האט אים געווארנט אלע יארן ער זאל זיך אונטער ווארפן אונטערן אחיו הגדול, (איך האב דאס אליין געהערט פון הרה"צ ר' שלו' אליעזר ט"ב רב בקהלתינו 15'טע עוועניו, יעדער קען אים נאך היינט פרעגן, ער ענטפערט פאר יעדן), ווער נאך ווי אים ווייסט ווי זיין טאטע האט געבלוטיגט קעגן די בני המן און די מהרסים וואס מאכן חרוב דעם פעטערס הארעוואניע? און ער אליין האט שוין עטליכע מאל מחלל קידושין געווען באתרה דמר אין די בני המן זאל וואס זיין אייגענע טאטע האט געבלוטיגט, איך רעד שוין נישט וואס די איסורים חמורים וואס די הייליגע רמב"ם שרייבט "המקדש הוא בחרם" ואסור "לצרפו" לכל דבר שבקדושה (די שרייבער פון די שורות גיבט וועגן דעם אכטונג נישט צו שטיין אין זיינע ד' אמות), ווויאזוי האט דער איד (זאלי) געקענט גיין צו א דינער פאר חמלה ואמונה וואס איז געעפענט געווארן מיטן איינעם ציהל צו צוברעכן די הייליגע סקול דיסטריקט וואס זיין "אייגענע" טאטע האט געבלוטיגט דערפאר און געשריבן א גאנצע תשובה מבורר ע"פ די פוסקים ראשונים ואחרונים וואס קיין איין רב האט דאס נישט אפגעוואנדן, וואס אמאל בערוב ימיו האט ער זיך אויסגעדרוקט אויפן סקול דיסטריקט "זה חלקי מכל עמלי", איך האב מיט וואס ארויפצוגיין אויף יענע וועלט ווייל כ'האב געהאלפן די "קראנקע קינדער", וויאזוי קען ער זיין אזא בועט באביו ורבו?
ווער נאך ווי אים ווייסט די מורא'דיגע ווערטער וואס די הייליגע ברך משה האט געזאגט אויף "יוסף בן מרים (וואלדמאן) שר"י, ברבים אז ווען נישט וואס ער האט געקענט זיין טאטן וואלט ער נישט געגלייבט אז ער איז "מזרע ישראל",
ווער נאך ווי אים ווייסט וויפיל דער יוסל האט מצער געווען און געטרינקען די בלוט פונעם ברך משה יארן לאנג, און דער יוסל איז גאר פון זיינע מקורבים,
זענען זיי דען נישט ראוי אנגערופן צו ווערן "אספסוף"??????????? הא?
 |
|
|