|
|
| נשלח ב-7/5/2012 23:06 |
|
| |
עס שטייט דארטן "דרשות התעוררות" אינעם דברי חיים'ס חרם?
איז דען דא א גרעסערער כינוס התעוררות פאר סאטמארער חסידים ווי כ"א כסלו?
לאנתוט'ל די מיזסט עפעס ענטפערן, נישט קיין חילוק וואס.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2012 23:08 |
|
| |
ארי' לייב גלאנץ האט נישט גערעדט קיין דרשה, ער האט גערעדט צו די פאליציי. וואס האססטו געוואלט ער זאל רעדן צו זיין אויף אידיש?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2012 23:13 |
|
| |
א פאטאקי איז אויף די פאליציי?
ס'איז עפעס דא חיוב מצד הלכה צו באגריסן פאטאקי אדער קאומא פונקט כ"א כסלו, ביי אזא געהויבענעם כינוס התעוררות?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2012 23:15 |
|
| |
לאנצ און וואס האסטו געוואלט אז די חברה זאלן יא קענען ידיש? בקיצור איך זעה אז די פראבירסט צו דרייען דער דברי חיים וכו' ווי אזוי די געפעלט איך האב פאר דיר אן אנדערע עצה אנשטאטס זיין פארנומען מיט ברענגען תשובות פון דא און דארט פרעג ביי דיין דעת תורה און דאס איז עס(האסט דאך אליין געזאגט אז רביה'''ק האט דעמאלסט צי געלאסט וכדי הוא לסמוך עליו) פארגעס נישט אז נחום ראזענבערגער מיט אלטר משה גאלדענבערגער וכדו' קענען דיר ברענגען פסוקים און תשובות און משניות וגמרות צען מאל אזוי לאנג אז אלע זענען שגצים און נאר זיי זענען גערעכט וואס איז די פשט טאקע ווייל עס פעלט פשוט דער גדול העומד על גביו האסט פארשטאנען?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2012 23:20 |
|
| |
יוסף90, דער דברי חיים שרייבט זייער הארבע ווערטער, און אפלאכן דערפון איז די ארבעט פון אפיקורסים און משכילים. חלילה פאר מיר צו שפילן דעם שמוציגן שפיל.
און למעשה זעה איך טאקע אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל מאכט א פאליטישן בריוו, ער שרייבט מ'זאל מחזק זיין, אבער נישט משתתף זיין.
עפעס א געים שפילט ער, און ער האט דאך מורא זיך אנצופייפן אויפן דברי חיים און אויף זיינע זיידעס. עפעס ציטערט ער צו שרייבן חוב על כל אחד מאנ"ש להשתתף!
אדער קען איך נישט גוט ליינען, אדער קען ער נישט גוט שרייבן??? קלויב זיך אויס וועלכעס עס איז דיר ניחא.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2012 23:26 |
|
| |
יא.
דער דברי חיים שרייבט טאקע זייער הארב
אבער פארוואס כ"א כסלו ווייסטו נישט פונעם דברי חיים.
האט דען דער דברי חיים גערעדט נאר פון כינוס כלל ישראל אין סיט-פעילד, אדער אויך פון כ"א כסלו?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2012 23:26 |
|
| |
לאנצהוט מילה בסלע שתיקה בתרי
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2012 23:29 |
|
| |
דרשות טאר מען נישט זאגן. פרעסע און פאליציי באגריסונגען מעג מען.
לאך נישט פונעם דברי חיים ביטע.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2012 23:31 |
|
| |
באגריסונגען אויף ענגליש ביי א כינוס התעוררות מעג מען יא?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2012 23:33 |
|
| |
זיכער. מ'מעג באגריסן אן ערל. פארוואס נישט. דער איסור פון אונזערע רבי'ס שטייט וועגן פרעדיגן.
וזאת למודעי: מיט דיין ליצנות טרייבן, שפעסטו פונעם הייליגן דברי חיים, נישט פון לאנצוט
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2012 23:36 |
|
| |
לאנצהוט די און נאר די האלסט און איין שפעטען פין דער דברי חיים קוק און דברי חיים תשו' כו וואס ער זאגט דארט וד''ל
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2012 23:37 |
|
| |
א ממעג באגריסן א ערל, ווען ער קומט
אבער עס איז נישט קיין חיוב עם צו רופן
נו, פארוואס האט מען כ"א כסלו גערופן א ערל צו באגריסן אויף ענגליש ביי א כינוס התעוררות, בשעת ווען דער ברי חיים לאזט נישט?
איז דען נישטא קיין אנדערער געלעגדענהייט ווען צו באגריבסן, ? דייקא ביי א כינוס התעורות דארף מען עם באגריסן? דער דברי חיים לאזט דאך נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2012 23:45 |
|
| |
זיכער. מ'מעג באגריסן אן ערל. פארוואס נישט. דער איסור פון אונזערע רבי'ס שטייט וועגן פרעדיגן דרשות.
וזאת למודעי: מיט דיין ליצנות טרייבן, שפעסטטו פונעם הייליגן דברי חיים, נישט פון לאנצוט
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2012 23:46 |
|
| |
| לאנצוט כתב: |  | זיכער. מ'מעג באגריסן אן ערל. פארוואס נישט. דער איסור פון אונזערע רבי'ס שטייט וועגן פרעדיגן דרשות.
וזאת למודעי: מיט דיין ליצנות טרייבן, שפעסטטו פונעם הייליגן דברי חיים, נישט פון לאנצוט |
| די מיזט קומען מיט עפעס בעסערס עס פאססט נישט פאר דיר
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2012 23:48 |
|
| |
איך האב נישט קיין בעסערס. ווייל בעסערס פון דעם איז נישטא.
קוק דעם נוסח פון די קול קורא, און פון דעם חתם סופר און פון אלע אנדערע ספרים זיי רעדן פון דרשות בלשון העמים.
|
|
|
|
|