בית פורומים כל העולם כולו

צענטראלע אשכול: "כינוס כלל ישראל!"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/5/2012 05:30 לינק ישיר 
צענטראלע אשכול: "כינוס כלל ישראל!"

דא וויל איך אדער ווער עס ווייסט מעלדן אלע אפדעיטס און געשעהניש ארום דעם היסטארישן "כינוס כלל ישראל"

(נאר כלליותדיגע נייעס, פאר פרטיות'דיגע אפדעיטס איז שוין -דוכט זיך- דא גענוג און נאך)  

תוקן על ידי סיטי_פיעלד ב- 03/05/2012 05:31:19





דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/5/2012 05:31 לינק ישיר 

היינט נאכט איז אין בארא פארק פארגעקומען א צענטראלע מיטינג פאר גבאים פון אלע קהילות,
אין ביהמ"ד ד'סקוירא 14 ביי 43 סטריט, ווי מ'האט אויסגעשמיעסט די סדר פון טיקעטס און וועגן די מעמד סדר.
 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/5/2012 05:43 לינק ישיר 

אפאר בילדער פון'ם ריזיגן סטאדיום:
א בליק פון די הייעך
 
פון גאס ארום
 
פון אינווייניג
 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/5/2012 23:47 לינק ישיר 

אפדעיט ה' אח"ק:
בנוסף צו אלע פריעדיגע קול קורות וואס זענען ערשינען פון אלע תורה ריזן בימינו אלה, רבנים און גאונים, אין א זעלטענע מחזה ווי די פייער כאפט זיך אריבער פון איין וועלט צום צווייטן - פון ארה"ק צו ארה"ב און צו אנטווערפן וכו'!

איז היינט ערשינען 2 פרישע שטארקע קול קוראות, איינס פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א פון בעלגיע
(וואס כמעט וואס ער גיבט קיינמאל קיין בריוו) ווי ער שרייבט צווישן אנדערע:
"ועל כן חובה גמורה על כל אחד ואחד לבא ולהשתתף באסיפת כלל ישראל!"

*

אויך איז היינט ערשינען א שטארקע קול קורא פון כ"ק אדמו"ר מהר"יי סאטמאר שליט"א, און סאטמאר-מאנסי רב שליט"א מיט זיין בי"ד און זיינע דיינים פון  איבער די וועלט, ווי ער שרייבט צווישן אנדערע:
"ובכן היות שהוקבע ע"י הרבנים הגאונים הצדיקים בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א והגאון רבי מתתיהו סאלאמאן שליט"א, לערוך מערכה גדולה להתאסף יחד רבבות אלפי ישראל ביום א' במדבר ערב ר"ח סיון הבעל"ט, באנו בזה לחזק אסיפה קדושה זו שהיא כינוס לשם שמים להצלת הדורות מרדת שחת ולגדור פרצת כרם ישראל, וכל העוסקים והמסייעים למען הצלחה העצרת עליהם נאמר ברוך אשר יקים את דברי התורה הזאת!"

____________________
(איך וויל זייער בעטן נישט דא צו דיסקוסירן, עס איז שוין דא אויף דעם גענוג אשכולות דא איז געווידמעט אויף נייעסן באריכטן און אפדעיטס)  

תוקן על ידי סיטי_פיעלד ב- 03/05/2012 23:48:47





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/5/2012 23:58 לינק ישיר 

אזוי ווי דער מנהל האט געלייגט א גאר וויכטיגער אשכול איבער דעם ענין אויבן און נישט יעדער באמערקט עס וויל איך עס דא לינקען http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2957113&whichpage=1&forum_id=16386#R_6



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2012 20:38 לינק ישיר 

אפדעיט א' אמור:

נייע האט-ליין נייעס, באריכטן, און אינפא פון טיקעטס/טראנספארטאציע
צום היסטארישן "כינוס כלל ישראל".
718.819.3000
845.533.9000
1 פאר פרישע נייעס און אנטוויקלונגען.
2 פאר טיקעט אינפא.
3 פאר טראנספארטאציע.
4 דרשות איבער'ן כינוס.
5 פאר אינטערעסאנטע אינטערוויוס איבער'ן כינוס. 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/5/2012 20:49 לינק ישיר 

!Harav Chaim Kanievsky: Close the Gemarahs and Go To the Internet Asifah

Rav Kalman Khron was in Eretz Yisroel last week, where he asked Harav Chaim Kanievsky if bnei Torah should go the mass internet asifah, scheduled for May 20th in Citi Field.

In his weekly Motzei Shabbos shiur Rav Kalman related that Rav Chaim said everyone must go. When asked but what about the learning, Rav Chaim said a minyan should be left learning in yeshiva and everyone else should go.

Last night on FNW’s inaugural talk show R’ Lazer Paskes of the Ichud Hakehilos was on the show discussing the upcoming asifah. You will be able to hear a replay of the show later today on FNW’s audio section, 732-551-3351 extension 2 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/5/2012 01:29 לינק ישיר 

די אינטערוויוא אויף דעם נומבער 732-551-3351 אפציע 2
איז א זעלטן אפענע און זייער א בּלאָנט אינטערוויא מיט'ן גרויס'ן משגיח פון לעיקוואוד רבי מתתיהו סאלאמאן שליט"א, ווי ער ענטפערט אויף אלע דירעקטע שאלות וואס ווערן געפרעגט אין די אידישע גאס בנוגע די אסיפה. 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/5/2012 01:37 לינק ישיר 

סיטיפיעלד, דו האסט א נישט ריכטיגע אדרעס.

די גאונים וצדיקים שליט"א וועמען דו ברענגסט זענען נישט די וואס קענען מחליט זיין איבער אונזער השתתפות.

(חוץ אויב דו שרייבסט סתם פאר אינטערסאנטקייט, 'דשאסט פאר די אינפא', דאן קענסטו אנגיין).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2012 03:38 לינק ישיר 

הרב סיטי ווען דער בלאט זאל ווען אדווערטייזן דעם נומער וואס הייבט זיך אן ווי ראדיא און ארבעט אויף ענגליש באופן של ראדיא 
וואלסט עס צוגעלייגט צום בלאטס עבירות ווי אריינלייגן די לינקע חתימות אויף וואס דו בוסט אזוי ברוגז אז מהאט אריינגעלייגט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 16:47 לינק ישיר 
Chabad Invited to Citifield Event

http://collive.com/show_news.rtx?id=19890&alias=chabad-invited-to-citifield-event 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 18:17 לינק ישיר 

אפשר קען איינער מאכען א ליסט מי ומי ההולכים,

וועלכע חסידישע קהילה אדער רב האט שוין געמאלדען זיין/זייער אנוועזענהייט ביי די גרויסע כינוס כלל ישראל

אין וועלכע ישיבות אין כוללים וועלן שיקן די תלמידים



לויט ווי איך הער


וויזניץ מאנסי - וועט גיין, אבער האט געלאזט וויסן אז ער לאזט נישט די בחורים

גור- שמעתי אז זיי גייען נישט

סקווירא - גייט יא, ווייזט איינער וועגן די בחורים?

באבאוו - גייט נישט

באבאוו רמ''ד - שמעתי אז זיי גייען

סאטמאר מהר''א - גייט נישט, חוץ אויב עס וועט זיין שינוים ביי די כינוס

סאטמאר מהרז''ל - געגבן א בריוו אבער ווי עס האלט יעצט,  גייט נישט
אבער קען זיין אז די אנדרייער בתוך מחניהם וועלן נאך איבערדערייען די באשלוס

קאסוב - גייט נישט

שערי יושר - גייט נישט

בעלזא -  גייט יא, ווייזט איינער וועגן די בחורים?

קלויזענבורג -  גייט יא, ווייזט איינער וועגן די בחורים?


ווער עס קען ענדיגן די ליסט

אדער געבן תיקונים איז מכובד

ווי אויך ווער עס ווייסט ווי מען פארקויפט טיקעטס אין בארא פארק אדער וויליאמסבורג




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2012 20:01 לינק ישיר 

פון וומסב"ג, אפאר וואס איך קען טראכטן אויף די רגע,
פאפא
וויזניץ / ביידע /ביידע בני-ישעות-משה... 
וויען
גאלאנטא
דינוב
בראשוב
דושינסקיא
קלויזנבורג
צאנז




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-8/5/2012 21:12 לינק ישיר 

עס האט קיינמאל נישט געהייסן אז סאטמאר וויליעמסבורג גייט נישט, חוץ די פאר היצקעפ גייט יעדער איינער, נאר די ארונים בלייבן אינדערהיים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2012 21:24 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 22:08 לינק ישיר 

הגה"צ הרב שמחה ישראל אדמו"ר מקאשוי (ת"ר) שליט"א
האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה אין קרית יואל פארעסט האלל
 במעמד רבני וצדיקי העיר און פאר א גרויסן ציבור אנ"ש 

און מסביר געווען בט"ט פארוואס די סאטמארע תלמידי וחסידי רבינו הקדוש
דארפן נישט גיין צי די "כינוס כלל ישראל"
ער האט אויך מעיד געווען אז די וואס טיען דערין זענען גרויסע ערליכע אידן
און זייער מטרה און רצון איז באמת למען הצלת הדת
אבער די סאטמארע אידען דארפן אין דעם נישט אטיילנעמען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > צענטראלע אשכול: "כינוס כלל ישראל!"
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext