קוק ווי רעבארען האט געמאכט זיין (מיט זיינע פאליטיקאנטן און יועצים'ס) פאליטישע באשלוס. אז יעצט לוינט זיך אים צו זיין א קנאי און פליצלינג קען ער נישט זיצן מיט אזאלעכע רבנים ביי ווען ער האט נישט לאנג צוריק באזוכט, ווי אויך איז ער זייער באזארגט געווען פאר חב"ד אז ער וועט נישט קענען קנאקן יענקל מיט די חבד'ס'קער, ממילא קען ער נישט קומען צום אסיפה, און תיכף ומיד האבן די ארונישע קעלבער אנגעפאנגן אפירצוזיכן אלטע תקנות און געארבייט אינטערצוברענגן די אסיפה, מזאל צוטיילן אהער מיט אהין.., ווייל ווי באקאנט ווי דער רב הצעיר איז נישט אין טשארזש דארף אלעס אינטערגיין.
דער סאטמארע רבי ווידעראום האט דן געווען בכובד ראש על פי תורה, ציזאמגערופן די דיינים ורבנים הקהלה אויב איינער האט א קבלה פון רבינו הקדוש זי"ע איבער דעם ענין, און אויסגעהערט אלע צדדים לכאן ולכאן און גערעדט ביחידות מיטן וויענע רב צו הערן זיין זייט, און נאכדעם געפאסט דעם פארזיכטיגע און קליגע באשלוס ארויסצוגעבן א באזינדערע קול קורא מחזק צו זיין דעם וויכטיגע אסיפה פאר כלל ישראל אבער נישט באאויפטראגן דעם היימישע עולם צו גיין אויסהערן דרשנים פון פרעמדע קרייזן
 |
|
|