בית פורומים כל העולם כולו

בקשה דחופה! צו די טייערע בחורים און אינגעלייט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/5/2012 01:46 לינק ישיר 
בקשה דחופה! צו די טייערע בחורים און אינגעלייט

א גוטן טאג.

איך גלייך נישט אזוי צו זיין א פאליס מאן, איך האב זייער ליב ווען מיר רעדן דא היימיש און פארברענגען געשמאק, אבער דער מצב האלט ביי א אויספלאץ.

עס איז נישט קיין סוד אז היינט האט יעדער אינגערמאן, און יעדער עלטערער בחור, א מעגליכקייט צוצוקומען צום אינטערנעט 24 שעה א טאג. מיינט איר אוודאי אז איך וויל אצינד גיבן א מוסר שמועס בנוגע אינטערנעט פאון'ס?.. ניין ניין מיינע פריינד. עס איז פארהאן נאך א חורבן דא...

לאמיר אנכאפן א משל, און אזוי וועט מען מיר מער פארשטיין - האפנטליך.

עס קאכט זיך לעצטנס וועגן די כינוס כלל ישראל.

רבינו שליט"א האט פון די ערשטע מינוט וואס ער האט געהערט וועגן דעם כינוס און איר באדייט, געלאזט הערן זיין מיינונג אז ער וועט ווייטער מחזק זיין די רבנים אנצוגיין מיט די מערכה, אבער צו דעם כינוס ספעציפיש וועט ער זיך נישט קענען צושטעלן מכמה טעמים. די טעמים זענען נישט קיין טעמים כמוסים, ער האט אויסגעדרוקט גרייטקייט דאס מסביר צו זיין פאר יעדן פון די רבנים און ערנסטע עסקנים, און אזוי האט ער טאקע געטוהן.

פארט אבער זענען די טעמים נישט עפעס וואס יעדער שמויגער פארשטייט גענוג וואס און וויאזוי דאס מסביר צו זיין "פאר איינעם וואס פארשטייט עס נישט אליינס". עס איז א האקעלע נושא וואס ברויך ווערן גוט ארויסגעברענגט אז מען זאל נישט ארויסנעמען דערפון קיין אומריכטיגע מסקנות.

די רבי האט נישט געוואלט בשו"א אדרעסירן די זאך ברבים פאר א ציבור, ווייל ער וויל נישט צוברעכן די זאך. אונזערע האטליינס הtבן נישט געהאקט דערויף אזוי ווי נטורי קרתא און קול חומת הדת (זאלי סיקריקים), אונזערע אויסגאבעס האבן דאס נישט אראפגעריסן מיט געמיינע לשונות אזוי ווי די חומת הדת פון בני יואל, ווייל מיר האבן נישט קיין חוב מסביר צו זיין פאר יעדן יחיד אויף די גאס פונקטליך וואס די סברות זענען, און עס איז גענוג אז מען ווייסט אז די רבי שליט"א איז מסביר זיינע טעמים פאר די רבנים און אונזער עולם פירט זיך לויט זיין הוראה מיט פארשטענדעניש.

איז אבער פארהאן א מחלה ביי אינגעלייט און בחורים, אז מען מוז ווייזן אז מען איז גערעכט. נו, ווען ער זאל וויסן די אמת'ע טעמים, און וויסן וויאזוי דאס אראפצושרייבן, החרשתי, אבער אין די לעצטע פאר טעג איז געווארן א מין ציווילדעוועניש דא, אז איך האב געשפורט אז איך זינק איין.

בחורל טייערער! איינער האט דיר בא-אויפטראגט אראפצורייסן דעם כינוס?! איינער האט דיר בא-אויפטראגט צו זאגן מיינונגען בשם דעם רבין?! איינער האט דיר בא-אויפטראגט צו גיסן פעך און שוועבל אויף ליטאים?! איינער האט דיר בא-אויפטראגט צו גיסן שמוץ אויף אנדערע חשובע רבנים?!

אויב קומט אריין איינער וואס מיינט נעבעך אז דא שרייבן נארמאלע אידן מתוך מחנינו, קען זיך אים דוכטן אז אין די לעצטע פאר טאג האט די רבי זיך צוקריגט מיט רבי מלכיאל קאטלער ווייל ער איז א ליטאי - פוי שייגעץ, צוקריגט מיט סקולענער רבי ווייל ער פארשטייט נישט די פראבלעם פונעם כינוס - פוי שייגעץ, צוקריגט מיט וויענע רב ווייל ער איז א מחוצף אז ער קומט צום רבין אן א אפוינטמענט - פוי שייגעץ.

דאס איז בלויז א קליינע דוגמה, וויאזוי מען קען נעמען א העסט-פאזיטיווע ערשיינונג, ווי די הערליכע באזוך פון די גדולי הרבנים ביי רבינו שליט"א און די הערליכע שמועס וואס האט זיך פארפירט פאר איבער א שעה און מען האט זיך ב"ה פארשטאנען עציו"ט - און אפאר יונגלעך פארשמורן דאס מיט קינדישקייט און עקל.

צו ווייל די זאליס שפילן פאליטיק מיט יעדע הייליגע זאך, און שרייבן געמיינע תגובות אויף יעדן טריט און שריט פון מרן רביינו שליט"א, אריינגערעכנט די הוראה בנוגע דעם כינוס, צו דערפאר דארפן מיר זיי נאכלויפן און וועלן צוריקשיסן נארישע שטיק?

בחורים טייערע: גענוג געווען!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2012 02:11 לינק ישיר 

גיט געזאגט

א שטארקע פוינט


אבער, לאמיתו של דבר

עמיצער וואס ברענגט הוכחת פין א שרייבער אויף היידפארק

דארף זיין א ערנסטע שוטה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2012 02:26 לינק ישיר 

ריכטיג ריכטיג, יעדער ברויך וויסן אז דא שרייבן סתם מענטשן וואס זוכן זיך אויסציגעבן.

אבער די שרייבער מעגן וויסן אז דא ליינען הונדערטער מענטשן, און דאס שרייבן ווי א שוט.. אן א טראפ שכל מעג זיין מיט א גבול.

==

אגב, איז כדאי צו ערווענען נאך א פרט בנוגע די שמוציגע שרייבעריי אויף תולדות אהרן. דער תולדות אהרן'ער איז נישט קיין שייגעץ טמא פוי פעכי. פארשטאנען בחורים?


מען קען רואיגערהייט ארויסברענגעון די ליצנות פון די רייד וואס תולדות אהרן פירט זייער ציבור, מיט די געלט פון די רעגירונג פאר די סטעידש, כאילו ס'איז א געפערליכע פראבלעם, און כאילו זיי האבן דאס נישט געוויסט, און כאילו זיי האבן נישט מיטגעארבעט, און כאילו זיי האבן א פלאן נישט צו מאכן קיין הדלקה.

אבער פון דא ביז גיסן פעך און שוועבל מיט שמוציגע בחורישע ווערטער... פירט אליינס אויס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2012 02:46 לינק ישיר 

דער אשכול דארף ווען באקומען א טעג

ער זאל בלייבן אויבן פין די אשכולות,  ווי א הקדמה פאר אלע ליינער אין שרייבער פין אלע יארגענג


דרך אגב, לדעתי זענען פין ביידע צדדים כמעט נישטו קיין בחורים שרייבער

די ציהיצטע שרייבער זענען לכאורה גאר יונגע יונגעלייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2012 03:45 לינק ישיר 

א יישר כח פייוו פאר די דברים כדרבונות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2012 04:53 לינק ישיר 

דין תורה, א ריכטיגער פארשלאג, איך לייג עס ארויף אויבן פאר עטליכע טעג, האפנטליך וועט עס ברענגען עפעס נוצן.

מ'מעג אגב נוצן דעם זעלבן שכל'דיגן צוגאנג צו אלעם וואס מ'שרייבט אויף היידפארק בפרט און די אינטערנעט בכלל. מ'דארף אלעמאל געדענקען אז דאס איז א רשות הרבים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2012 23:47 לינק ישיר 

גם אני מצטרף



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בקשה דחופה! צו די טייערע בחורים און אינגעלייט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext