וועלכע דמיונות לדוגמה?
דאס אז דער קאונטי עקזעקיוטיוו האט געשריבן אז ער וויל ענק נישט געבן קיין פערמיט איז נישט געווען קיין דמיונות. דאס אז דער קעמפ גייט זיכער זיין פארמאכט אדער צוטיילט, האט קיינער נישט פארגעזאגט פאר זיכער. עס איז א סימפל טריי-געים, א געים וואס איז ווארשיינליך ענדלאז (יא מיין פריינד.. "מער" ווי 20 יאר אויך...)
די איינציגע וועמען איך זעה מאכן העפי זייערע מענטשן מיט "ריינע דמיונות", זענען די זאלונים.
סיי מיטן פארקויפן לאנגע יארן דעם שקר אז יענקל כהנא האט געווינען לעגאלע בעלות אויף קהל יטב לב, און נאכאמאל וואס איך געדענק אזאנס איז עפעס א רעדע וואו עמיצער האט ערקלערט "אלעס בלייבט ביים אלטן", נאכן פארלירן דעם ביה"ח אין קאורט, און די רעסט איז היסטארי...
אלזא, אויב איז דאס א קארנקע מענטאליטעט, איז דאס א זאלונישער קראנקהייט.