|
|
| נשלח ב-8/5/2012 18:38 |
|
| |
אפי' מ'זאל מיר מקבל זיין אייער אינסייד אינפארמאציע, איז עס נאר אויפן סמך אז די קאונטי וועט טון פונקטליך ווי די הוראות פון העכט, וואס מוז דאך אויך נישט זיין,
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 18:42 |
|
| |
איך בין אין דעם ענין זייער אומוויסנד. איך ווייס באמת גארנישט וואס עס טוט זיך אינעווייניג. איך האב נאר נאכגעשריבן וואס מיין קאנטאקט האט מיר געשריבן אין אישית אז, ס'איז דערנאך. די ארונים קענען פארגעסן פון די קעמפס ווייל העכט האט זיי אזוי גאראנטירט און ער האט געארבעט פאר זיי זייער העפטיג.
עפעס איז דא אין זיינע ווערטער, וויפיל ווייס איך נישט. ער זאגט אז ס'איז רעקארדירט די געשפרעכן און ווען די צייט וועט ערלויבן וועט ער מיר איבערצייגן. דעטס אלל.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 18:46 |
|
| |
לאנצוט פארוואס האב איך נישט די זכיה אז די הויעכע זאליס שישקעס זאלן מיר אויך אויסזאגן געהיימע סודות? קענסט אפשר שטעלן א סקרין שאט אז א זאלי האט דיר עס אויסגעזאגט? סתם פלאפעלען און שרייבן שטותים ווי נפתלי משה קאקשא קעיק קען איך אויך, אבער דא פארדריי נישט קיין פאקטן ווייל יעדער ווייסט אז העכט איז ארוניש געשטימט, און עס האט זיך ארויסגעוויזן אויך פאריגע וואך ווען רעבארן האט געפרעגט רב קאטלער היתכן ער ריפט נישט ליבאוויטש צום כינוס! אלזא זיי מוחל שרייב נאר אמת'ע זאכן און פארדריי נישט קיין קאפ.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 18:56 |
|
| |
דאסטערס. אזעלכע נארישע ליגנט:
רבי אהרן האט קיינמאל נישט רב קאטלער היתכן ער ריפט נישט ליבאוויטש צום כינוס... ביסט א איינפאכער שוטה פאר'ן נאכזאגן אלע דיינע שטותים.
ער האט געזאגט פאר רב קאטלער, אז פינקט ווי לעיקוואוד רופט נישט חב"ד צוליב זייער מסורה, די זעלבע קענען מיר נישט גיין צוליב אונזער מסורה!
הימל און ערד פון דיינע געמויזאכץ. דאס איז ראשית.
שנית, זאגסטו אז קיין שום אינסיידער זאגט דיר נישט אויס. מעגליך אז מ'זאגט דיר יא, נאר דו ווילסט מיר נישט פארציילן. אדער איז מעגליך אז מען טראסט דיך נישט מיט אזעלכע אינסייד אינפאו. דאס פאלט דיר נישט ביי?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 19:14 |
|
| |
איך האב נישט גערעד מיט קיין אינסיידערס, אבער עס זעהט אויס אז צד מהרז"ל האבן מיט העכט זיך זייער גוט פארשטאנען און צד מהר"א נישט,
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 20:12 |
|
| |
קומט צום לאכן. א אינסיידער זאלי געט ארויס אינפארמאציע מיט טעיפס פאר לאנצוט...
ווי האט שמואל ווידער געזאגט נעכטן פאר הלל ראזענבערג פארענט פון קאנטי'ס אפיס?! מ'דארף אנהייבן צוגרייטן אונזער עולם. זעט אויס אז מ'האט געשיקט לאנצו"ט אויף די מיסיע, און ער האט שוין א פארטיגע ספין.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 20:14 |
|
| |
איך האב דיר געזאגט אז איך ווייס? איך האב געזאגט אז איינער האט זיך פאררעדט ווען עס איז אים גוט געגאנגען.
האט נישט דער-איד געשריבן א חודש צוריק אז ס'איז שוין ברוך השם ערלעדיגט. און די ארונים זענען דורכגעפאלן? האט נישט די טוויטער פון כ"ק אדמו"ר מהרז"ל געשריבן אז ר' משה דוד נידערמאן האט עס ערלעדיגט בערך 3 חדשים צוריק?
וואס איז נעכטן אנדערש?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 20:18 |
|
| |
שוין, ספין נומבער 2. באמת האבן די אהרונים יא געווינען ווייל דער איד מיט טוויטער האבן שוין געשריבן פאר 3 וואכן צוריק, און לאנצו"ט'ס אישי קאנטאקט פערזאן האט הערשט נעכטן געשריבן וועגן העכט אז ער געט די קעמפס פאר די זאליס.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 20:25 |
|
| |
אויב לאכן, איז דא מער צו לאכן פון די לויזע ליפן אין די פירמע פון כ"ק אדמו"ר מהרז"ל. איך מיין עס זייער ערנסט. דאס רעדן ביי ענק איז אויף א צעדרייטע לעוועל און ברענגט אייך נאר צרות און אומגליקן, און יעצט מוזטו עס לייקענען. איך פארשטיי דיין פראבלעם.
איך האב דיר אויפגעוויזן אז די לעצטע פאר מאל האט איר פובליצירט אייערע געווינסן ווען ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין געווינס. נעכטן האט מיר איינער געשריבן אין אישי, איך ווייס נישט ווי גרויס אן אינסיידער ער איז, אבער ער האט מיר געזאגט אז ווען די צייט וועט ערלויבן וועט ער מיר איבערצייגן, וואס ער האט מיר געזאגט. און לידיעתך, ער האט מיר געזאגט אז אלעס איז רעקארדירט. דאס איז זיינע ווערטער.
אז איך זאל ארויסגעבן מיין סאורס וואס האט מיר געשיקט אין אישי, דארף איך קודם גיין אין קינדערגארטן פאר 5 יאר. דאס טראכט איך נישט יעצט ביים טאן. איך האף אז איר פארשטייסט מיך. וועמען זאל איך גלייבן?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 20:25 |
|
| |
לאנצוט סתם שרייען שקר קען איך אויך, איך ווייס פון אינסיידערס אז ר' אהרן האט געפרעגט ר9 קאטלער פארוואס ער ריפט נישט ליבאוויטש, אויב האלטסו מיט אביסל די נייעס וועסטו זעהן אז זיי שרייבן דערוועגן. נאך א זאך אויב וואלט דער רב העכט זיך אנגענומען אפילו נאר אויף 1 פראצענט פאר די זאליס דאן וואלט עטץ שוין מיאוס באוואשן אויף היידפארק, עס וואלט שוין געווען אויף אים צענדליגע ניק נעימס, העכט = קנעכט לעכט וכדומה, אבער אזוי ווי ער האט ענק - עכ"פ פרובירט ארויסהעלפן פאר די ארונים - האט עטץ אים נאכנישט געגעבן א נייע שפעט נאמען. אדרבה קוק אויף כל העולם כלו ווי דער אפיציעלע ארוני נאמען געבער שרייבט אויף אים הרב העכט מיט די גרעסטע כבוד! דעס אליינס ווייזט אויף עפעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 20:30 |
|
| |
קאטלער מיט ליובאווישט קומט נישט אריין., ווייל איך האב דיר איבערצייגט אז אלע שרייבן די מעשה גאנץ אנדערש. אפילו חיים שאולזאון שרייבט די מעשה אנדערש. (נישט אז זיין אינפאו איז קראנט).
יעצט לגבי דעם צו ר' יושע העכט האט געארבעט פאר די זאליס צי נישט ווייס איך נישט. ווייל איך בין נישט דארט געווען. אבער אויב וואלט ער געארבעט פאר די ארונים, וואלטן די ארונים אים נישט צעשמירט. דאס דארפסטו אליין מאכן 1+1.
אויב ר' יושע העכט האט טאקע געארבעט פאר די זאליס האבן די זאליס געמאכט זייער א גוטע ארבעט. און איך גיב זיי קרעדיט, ווען קרעדיט איז DUE.
וויפיל איך בין נישט באקאנט אין די קעמפ פרשה, בין איך אזויפיל באוואוסטזינינג, אז די זאליס האבן 99 פראצענט שאנסן צו באקומען אלע פיר קעמפס.
אבער דאס טאנצן אין די גאסן יעצט צום פערטן מאל, איז דאס גרעסטע פערדישקייט וואס ענקער פארטיי טוט איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 20:39 |
|
| |
לאנצוט
אמאל זאגסטו אויך אן אמת ווארט
מיט דעם ביזטו גערעכט אז מען רעדט צופיל
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 20:51 |
|
| |
דער אמת איבער לעיקוואד מיט ליבאוויטש איז נישט נתברר געווארן, אפילו לאנצוט האט געברענגט א בפירושער שוהלזאהן, דאס איז אמאל זיכער אז ליבאוויטש אויף זייער וועב זייטלעך האבן געשריבן אז דער סאטמאר רבי האט זיך אנגענומען פאר חב"ד, קען זיין אז זיי האבן נישט ריכטיג אפגעלערנט אז מהר"א האט דאס נאר גענוצט פאר א ראיה און נישט פאר א טענה, אבער דער פשוט'ער בליק דערויף איז אז ער געוויזן סימפאטיע פאר ליבאוויטש, וואס איז גראדע נישט קיין חסרון, פאר א איד וואס איז אלע יארן געווען פאר שלום און פרידן צווישן אידן, און דאס איז זיין מסורה צו לעבן מיט אלע אידן באחדות,
בנוגע ראביי העכט, מיין איך אז צד מהר"א האלט אז זיי האבן נישט געהאט אזאלעכע גוטע ארגומענטן און דעריבער האבן זיי ארויסגעשאסן די באמבע אז ראביי העכט זאגט די קעמפס פאר צד מהרז"ל, און נאכדעם קומט לאנצוט איז פארציילט א סוד וואס א אינסיידער האט אים פארטרויט מיט רעקארדינגס, יכול ליהות אבער קיין באווייזן דערויף איז דערווייל נישטא,
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 21:41 |
|
| |
| פישמאן כתב: |  | דער אמת איבער לעיקוואד מיט ליבאוויטש איז נישט נתברר געווארן, אפילו לאנצוט האט געברענגט א בפירושער שוהלזאהן, דאס איז אמאל זיכער אז ליבאוויטש אויף זייער וועב זייטלעך האבן געשריבן אז דער סאטמאר רבי האט זיך אנגענומען פאר חב"ד, קען זיין אז זיי האבן נישט ריכטיג אפגעלערנט אז מהר"א האט דאס נאר גענוצט פאר א ראיה און נישט פאר א טענה, אבער דער פשוט'ער בליק דערויף איז אז ער געוויזן סימפאטיע פאר ליבאוויטש, וואס איז גראדע נישט קיין חסרון, פאר א איד וואס איז אלע יארן געווען פאר שלום און פרידן צווישן אידן, און דאס איז זיין מסורה צו לעבן מיט אלע אידן באחדות,
ער האט נישט געוויזן קיין סימפאטיע. ער האט געברענגט זייער א שטארקע אנאלאגיע, וואס האט געשטעלט רבי מלכיאל קאטלער פאר א שווערע דילעמא. פארוואס ביי חב"ד פארשטייסטו אז מ'קען נישט גיין ווייל ס'איז קעגן דיין מסורה. און פארוואס ביי סאטמאר פארשטייסטו אז איך דארף ברעכן מיין מסורה.
דאס הייסט נישט אנגענומען פאר חב"ד. דאס הייסט א קלוגער היכי-תימצא ארגומענט. אומדירעקט קען עס עמיצער אזוי אויסטייטשן, עמיצער וואס פארשטייט נישט צו פאלעקמיק'ס. איינער טראכט א טראפ טיפער, זעט זאפארט דעם אונטערשיד.
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 22:01 |
|
| |
די סימפאטיע פון ר' אהרן צו ליבאוויטש איז זייער בולט אפילו ווער עס לערנט גאר טיף, און ווי די ליבאוויטשע וועבזייטלעך האבן דערמאנט פארגאנגענע וואך, איז ר' אהרן א מתפלל קבוע אין חב"ד קאליפארניע, און פראוועט דארט די יארצייט סעודה פון בעל התניא, און ער האט געפירט די הכנסת ספר תורה אין ארענדש קאונטי חב"ד הויז, ער האט אויך געהאט אלע ליבאוויטשע רבנים ביי זיין כ"א כסליו סעודה אין ארמארי, וואס איז מסתם געווען די ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס חב"ד רבנים זיצן אויוון אן ביי סאטמארע כינוס,
באמת איז עס נישט קיין עולה בכלל, מ'דארף זיי מקרב זיין, און מ'מעג זיך האלטן מיט זיי נאנט, אפילו סאטמאר האט אסאך חילוקי דעות מיט עניני השקפה ודעות, אבער זיי טוען אויף אסאך, און רוב היימישע אידן זענען נהנה פון זייערע שלוחים בכל מקומות העולם.
|
|
|
|
|