בית פורומים אידישע געדאנק

אפדעיט פון היינטיגן מיטונג ביים קאנטי עקזעקטיוו וועגן די קעמפס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/5/2012 23:06 לינק ישיר 
אפדעיט פון היינטיגן מיטונג ביים קאנטי עקזעקטיוו וועגן די קעמפס

די מיטינג פון די קאנטי מיט די צדדים היינט איז געווען מיטן ציהל צו ברענגן ביידע צדדים צו א פשרה, מיטן פארשלאגן צוויי קעמפס פאר יעדן צד, מיט דער האפענונג צו באקומען לכל הפחות איינס פאר די ארונים, אדער א געשריבענע הבטחה אז נעקסטן יאר וועט מען עס צוטיילן פאר די צדדים. אבער די צדדים האבן זיך נישט געקענט דורכקומען, האט די קאונטי געבעטן א לאקאלן ראביי העכט ער זאל פרובירן מפשר זיין.
 
לעת עתה האט מען נישט געגעבן קיין באשלוס, עס זעהט שטארק אויס אז העכט האט זיך געהאלטן אז מען זאל טיילן שטיקלעך צווישן די צדדים אבער דערווייל ווייסט מען נישט וואס און וויאזוי, איין פארשלאג וואס העכט האט געגעבן אז ער וועט צושטעלן א קעמפ פון ליבאוויטש וואס שטייט ליידיג און איז עוועלעבל צו נוצן פאר דעם צד וואס בלייבט אויסגעשפילט.
 
מען דארף מתפלל זיין לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2012 23:13 לינק ישיר 

איך זעה יעדעס מאל דעם "לחש" לא ירעו ולא ישחיתו, און איך וואונדער זיך וואס מיינט עס?
לאמיר זאגן אז די ארונים באקומען איין קעמפ חלילה וחס. וועסטו זאגן אז "רעו והשחיתו" בהר קדשינו? 

וואו קומט דא אריין הר קדשי? וואו קומט אריין הר קדשי אין א פאליטישע, פארטייאישע פייט צווישן צוויי צדדים?

וואס האט די שמוציגע פייט מיט'ן באשעפער, רבוש"ע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2012 23:17 לינק ישיר 

לאנצהוט
דברי חכמה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2012 23:17 לינק ישיר 

די קעמפ'ס איז די זעלבע הר קדשי, ווי די וויליעדזש אוו קרית יואל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2012 23:22 לינק ישיר 

אמת.
עס איז ריין פאליטיק און פארטיי. גארנישט מיט'ן רבוש"ע. לאז אים ארויס.

די ארונים ווילן אוועקכאפן א זאך וואס זיי האלטן עס געהערט זיי. די זאליס האלטן אז די ארונים דארפן פגר'ן, און שוין. איך זעה נישט וואס איז שלעכט מיט'ן זאגן דעם ריינעם אמת. עס האט גארנישט מיט הר קדשי, און גארנישט מיט די שכינה הקדושה.

קבל את האמת ממי שאמרו, אפילו מלאנצוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2012 23:24 לינק ישיר 

די אונטערשייד איז נאר איינס

די קעמפ'ס האט רבינו הקדוש געגרינדעט

און דער סקול דיסטריקט האט ער נישט געגרינדעט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2012 23:26 לינק ישיר 

לאנצוט


פארוואס האלסטו אז לויט סאטמאר דארפן די אהרונים פגר'ן?

דאס מיינט אז אין קרית יואל האלטן די אהרונים אז סאטמאר דארף פגרן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2012 23:28 לינק ישיר 

א שטארקע קשיא?

דער תירוץ איז

ווייל אין פנים לפנים פלעג מען כבדר שרייבן די שפראך פון פגר'ן

און מ'איז נאך פשוט געוואוינט פון דעמאלץ צו אזא וואלגארישן זאפטיגן שפראך פון ואשיבה חורפי דבר פון זיבעטן ריפ אריין.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2012 23:28 לינק ישיר 

יוסף90 כתב:
די אונטערשייד איז נאר איינס

די קעמפ'ס האט רבינו הקדוש געגרינדעט

און דער סקול דיסטריקט האט ער נישט געגרינדעט


ממילא? איז עס די נכסים פון מהרז"ל טייטלבוים??? פארוואס????
און ווי קומט דא אהער סקול דיסטריקט?

האסטו נישט פריער געזאגט ווילידזש??? וואס עפעס האסטו געשטוישט במחתרת??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2012 23:33 לינק ישיר 

דער וויליעדזש מיינט היינט נאר סקול דיסטיריקט


און אז די קרית יואל'ער דוד עקשטיין'ס שרייבן אויפ'ן וויליעדזש וועלכע די בני יואל פירן א מערכה מיט זיי, ולא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי (ליין איבער די הקריה, און ער איבער ר' אהרן'ס דרשה א נאכט בעפאר די שטאטישע וואלן), מעגן מען זיכער שרייבן אויף די קעמפ'ס וואס דער רבי האט געגרינדעט, ולא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2012 23:39 לינק ישיר 

איך פארשטיי באמת נישט, ס'איז שוין אפאר טעג וואס איז לאנצוט נישט דא געווען
און דער פורום ווערט געפירט נארמאל, נישט מיט קיין נארישע תגובות....

און יעצט איז דער תם ווידער אנגעקומען, רבותי!! לאזט אונז זיין נארמאל, און פארדרייט'ס נישט
דער נושא מיט נארישע טיפשות'דיגע תגובות, אלעס ווייל לאנצוט האט זיך געעפענט זיין פה מפיק..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2012 23:41 לינק ישיר 

שמעלקעלע ביסט אים מקנא?

איך מיז זאגן אמאל זאגט ער גיט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2012 23:42 לינק ישיר 

יוסף90,

לייג גוט צו קאפ, נאכדעם ענטפער מיט ישוב הדעת.

אמת. דער רבי זי"ע האט געגרינדעט די קעמפס, אבער וועט א נארמאלער מענטש זאגן אז אויב ארונישע קינדער וועלן דארט "חלילה" זאגן שמע ישראל איז צרות פאר כלל ישראל? אדער פאר "הר קדשי".

וואס האט דאס מיט'ן באשעפער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 00:02 לינק ישיר 
Rabbi Shea Hecht





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 00:11 לינק ישיר 

לאנצוט


טאמער דער ר' אהרן (וואס דער רבי האט נישט געלאזט גיין אויף זיין חתונה, און וואס מאכט שלום מיט בעלז, אין מיט קלו"ז נתניה, און האט א סקול דיסטריקט) וועט זיין בעה"ב אויף די קעמפ'ס איז עס א השתחתה בהר קדשי.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2012 00:13 לינק ישיר 

יוסף90,
אין וועלכע הר קדשי?
איך מיין עס איז ליבערשט א געפערליכעהשחתה אין "כוחי ועוצם ידי" !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אפדעיט פון היינטיגן מיטונג ביים קאנטי עקזעקטיוו וועגן די קעמפס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext