כידוע האט דער רבי זי"ע נישט געלאזט דאווענען מעריב פרייטיג צו נאכט'ס פאר זמן ר"ת, אפי' אין אייראפע ווי דער זמן ער"ש איז זייער שפעט, האט דער רבי נישט געלאזט מאכן קיין פריע מנין אין זיין ביהמ"ד, ווייל ער האט געהאלטן אז מ'דארף דאווענען מעריב נאך ר"ת אפי' ליל שב"ק.
יעצט דא האט איר וואס בחצרות סאטמאר שרייבט:
"בשעת'ן צוגרייטן די סעודת ליל שב"ק איז פארגעקומען א שיעור און ספר הק׳ ייטב לב דורך נכדו החתן הרב יקתואל יהודה טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ דער רב שליט"א, אוןבערך א שעה נאכ'ן דאווענען איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צו די סעודה ווי מען האט געציילט ספירה - צוליב וואס מען האט געדאווענט מעריב אין א פריע שעה,און דערנאך האט מען אנגעהויבן די סעודה אויף א גאר ווארימע פארנעם."
ע"כ לשונם.
נשלח ב-8/5/2012 13:56
וואס איז געווען דער סיבה צי דעם האסט אפשר מברר געווען אדער די ביסט ציפרידען ביזן דאך אז ב''ה די האסט וואס צי האקן
נשלח ב-8/5/2012 14:55
כידוע? ווי איז דער כידוע? ברענג א מקור
נשלח ב-8/5/2012 17:30
שמעלקאלע מישט אויף מיט מוצאי שבת קודש, איבער די שיטה פון ר"ת. נישקשה. לאנצוט האט גארנישט געזאגט...
נשלח ב-8/5/2012 17:46
וואסערע פעלער איז עס?
ער אזי געוואוינט דערצו נאך זייענדיג רב אין אנטווערפען וואו רוב רובו פונעם חסידישן ציבור (אפילו אין ביידע סאטמארע בתי מדרשים איז דא אויך א פריע מנין) דאווענט מען פריער
נשלח ב-9/5/2012 01:37
ס'איז נישט דא אין אנטווערפען קיין פריע מנין, נאר מ'דאווענט מעריב ביי 60, און ווען מ'ענדיגט האלט מען ביי ר"ת און מ'ליינט צוזאמען קרי"ש, דאס איז נאר אין אנטווערפען וואס דער רבי האט דאס נאכגעגעבן זייענדיג דער שפעט'סטע זמן פון גאנץ אייראפע, אבער למשל אין לאנדאן און מאנטשעסטער איז בכלל נישט דא קיין מנין ביי 60 נאר ביים זמן פון ר"ת, אין דער סאטמארער בית מדרשים, און אין סיגוט איז דער זמן דאכצעך פריער ווי אין לאנדאן, איז ממילא זייענדיג א רב וואס פאריפט זיך אלס סאטמארער רב אין ווילימאסבורג מכלומרש'ט איז דאס ריכטיג א משנה ממנהג אבותיו.
נשלח ב-9/5/2012 01:59
אה מעריב ביי 60 איז נישט פרי... אקעי
נשלח ב-9/5/2012 02:29
סאטמאר לאנדאן 86 איז די איינציגסטע פלאץ ווי מען דאווענט ביים ר''ת זמן
לאנדאן איז נישט אזוי שפעט דער זמן ווי אין אנטווערפען, דעריבער פעלט עס נישט אויס.
שקר וכזב!! אין לאנדאן און אין מאנטשעסטער דאווענט רוב שטאט פרי, און אין סאטמאר איז דא א קליינע מנין 40 מינוט נאכן זמן, און קיין פריע מנין איז דארט נישט דא ווייל דער רבי האט נישט געלאזט און לאנ' און אין מאנטש'...
יעצט אין סיגוט זיי מברר איז דער זמן פריע ווי אין לאנדאן אדער מאנטשעסטער פינטל פינטל פינטל.
נשלח ב-9/5/2012 14:49
שמעלקאלע עס וועט גארנישט העלפן די האסט מחליט געווען צי האקן בכל מחיר צי מען דאווענט אין לאנדאן אין מאנטשעסטער עס איז נישט וויכטיג דער עיקר די זאלסט קענען האקן וכן דער זעלבע דיין אלע חברים דא אויפן אשכול.... איך האב קיינמאל נישט געזען אז איינער דא זאל זאגן איי עם סארי איך האב געמאכט א טעות וד''ל
נשלח ב-9/5/2012 14:51
נישט אמת ברענג ביטע ארויס קלארער דיין ווייטאג
נשלח ב-9/5/2012 15:02
זעהר גיט צוריק גענטפערט איך ווער ממש נתפעל!
נשלח ב-9/5/2012 18:21
שמעלקאלע אינזערע זיידעס האבן קיין הייד פארק אויך נישט געהאט טיפש מטופש די האסט א פראבלעם מיט משנה ממנהג אבותיו איך האב פאר דיר נאך אפאר דוגמאות אויב די דארפסט