באמבע! ק"י: הגה"צ מקאשוי (הרש"י) שליט"א נגד הסיטי פיעלד סטעדיום הנקרא כינוס כלל ישראל
הגה"צ הרב שמחה ישראל אדמו"ר מקאשוי (ת"ר) שליט"א האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה אין קרית יואל פארעסט האלל
במעמד רבני וצדיקי העיר און פאר א גרויסן ציבור אנ"ש און מסביר געווען בט"ט פארוואס די סאטמארע תלמידי וחסידי רבינו הקדוש דארפן נישט גיין צים סטעדיון "הנקרא כינוס כלל ישראל"
ער האט אויך מעיד געווען אז די וואס טיען דערין זענען גרויסע ערליכע אידן
און זייער מטרה און רצון איז באמת למען הצלת הדת
אבער די סאטמארע אידען דארפן אין דעם נישט אטיילנעמען
איז ער יעצט אויסגעשלאסן פון כלל ישראל אדער נישט? צי נאר ווען סאטמארער רבי זאגט אז ער וויל זיך נישט צושטעלן, נאר דעמאלט איז ער אויסגעשלאסן...
נשלח ב-8/5/2012 21:30
דער ערשטער רעכט'ס איז גאטליעב?
נשלח ב-8/5/2012 21:32
ווער איז דאס ר' שמחה ישרא' קיינמאל געהערט פון איהם, לעצטע נאמען ביטע?
ווי ווייט איך דענק איז דער קאשויער רב ר' אליעזר חיים בלום דער זוהן פונעם פריערדיגן
נשלח ב-8/5/2012 21:32
וואס איז די גרויסע באמבע? איז שוין דא סיי וועליכע היימישע רב אדער דיין וואס האלט אז סאיז יא פאר סאטמאר ? לויט ווי פארשטיי האלט יעדער אז סאיז נישט פאר סאטמאר נאר סאיז דא וואס האלטן אז מדארף מחזק זיין די וואס טיען אין אידישקייט ביי אנדערע קרייזן אזוי ווי מאיז מחזק ביי אנדערע זאכן און דעס שטייט און די בריוו פונעם בד"צ און פון רבי'ן
תוקן על ידי kj_monroe ב- 08/05/2012 21:44:40
נשלח ב-8/5/2012 21:35
תלמודים פון הגה''צ מ'קאשוי שליט''א וועלן זיך אודאי צוריקהאלטן פון אנטייל נעמען כהוראת רבם שליט''א און סאטמארע חסידים וועלן אויספאלגן די הוראה פון הרבנים הגאונים הצדיקים שרי התורה חברי הביד''צ דסאטמאר שליט''א און שפיץ פון כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א און טאן ככל אשר יורו.
נשלח ב-8/5/2012 21:37
ווי איך הער איז הגה''צ פאיער רב שליט''א ווי אויך הגה''צ סאטמאר מאנטרעאלער דיין שליט''א און הגה''צ בארא פארקער דיין שליט''א שטארק ביי די מיינונג אז מען זאל זיך משתתף זיין ביי די אסיפה.
בני יואל פארטרעט נישט סאטמאר, סאטמאר האט ב"ה א אייגענע רבי און מיר וועלן פאלגן די דעת תורה פון אונזער רבי.
נשלח ב-8/5/2012 22:37
דאסטערס כתב:
בני יואל פארטרעט נישט סאטמאר, סאטמאר האט ב"ה א אייגענע רבי און מיר וועלן פאלגן די דעת תורה פון אונזער רבי.
וואס איז די דעת תורה פון די רבנים?
יא גיין אדער נישט גיין. פארוואס מוז די קלאץ קשיא בלייבן אומפארענטפערט נאכן ליינען דעם בריוו 100 מאל.
נשלח ב-8/5/2012 22:49
דער דעת תורה איז אז ס'איז נישט דא קיין "חיוב" צו גיין...
אבער פארשטייט זיך אז קיין איסור איז אויך נישט דא,
תוקן על ידי שמעלקאלע ב- 08/05/2012 22:49:51
נשלח ב-8/5/2012 22:53
הייסט ס'איז א רשות?
נשלח ב-8/5/2012 23:00
שמחה ישראל איז דאך אין חרם כדין מחלל קידושין באתרי' דמר, סא הו קערס וואט הוא העוו טו סעי? עקסעפט יוסף בן מרים דער מסור דמתא
נשלח ב-8/5/2012 23:15
לאנצוט כתב:
הייסט ס'איז א רשות?
אונז האמיר נישט אזעליכע קעלבערנע מוחות ווי די דעקעלעך אין אונז פארשטיי מיר זייער גוט רצון קדשו פון רבינו שליט''א אז ווער עס איז זיך משתתף ביי די כינוס איז אשרי לו ואשרי חלקו אבער איז נישט מחייב צו גיין צו די אסיפה די בריוו איז אינגאנצן אנדערש ווי די בריוון פון די גדולי הדור וואס איז יא מחייב צו גיין איטס ווערי סימפל
נשלח ב-8/5/2012 23:17
דער יוסל האט א מוראדיגע נגיעה צו די קאשוי קינדער, זיי האבן אים געהאלפן צו מאניפעקטשערן די איסור אויף די "הייליגע" סקול דיסטריקט אויף וואס דער הייליגע ברך משה האט געזאגט "זה חלקי מכל עמלי",