לאמיר אביסל מתבונן זיןן אין די מאמרי חז"ל אין מס' סנהדרין דף ק"ב איבער די פרשה פון ירבעם בן נבט. וואס ער איז נתמנה געווארן פאר א מלך ישראל על פי הנביא. נישט דורך אפאר אינגע היציגע קעפ. דער ירבעם איז געוועהן פון די גרעסטע תלמידי חכמים בדורו, ער האט געקענט כל התורה כולה בלי גוזמא. אמר רב יהודה אמר רב שכל תלמידי חכמים דומין לפניהם כעשבי השדה ואיכא דאמר שכל טעמי תורה מגולין להם כשדה.
פון דעסטוועגן דאך האט ער מחמת נגיעות, פארפירט די אידן צו מאכן א צערעמאניע (בנוסח די נייע סטייל ל"ג בעומר סעלעברעישאן) פאר זיינע קעלבער. אלעס נאר כדי די אידן זאלן נישט גיין צו ירושלים עולה רגל זיין.
רוב כלל ישראל זענען ליידער געוועהן זיינע נאכפאלגערס, (בנוסח די פארטיי וואס רופן זיך אהרונים. זענען 10 שבטים אריין געפאלן צו ירבעם, טייל מחמת אהבת ירבעם און טייל מחמת פחד.)
השי"ת האט עהם געבעטן קום און טוע תשובה. ווי די גמרא פארציילט: אמר ר' אבא אחר שתפשו הקב"ה לירבעם בבגדו ואמר לו חזור בך ואני ואתה ובן ישי נטייל בגן עדן אמר לו מי בראש בן ישי בראש אי הכי לא בעינא.
שוידערלעכע ווערטער. ווייל ער האט געוואלט זיין בראש, איז ער ל"ע פארפאלען געווארן אויף דורי דורות.
ממש ווי מיר זעהן היינט די רייסערייען צווישן די 2 פארטייען, וואס ביידע וואלטן געקענט וואקסן אין בליען פאר זיך. ביידע האבן טויזענטער מעמבערס איבער די וועלט, נאר קוקענדיג אז די פארטיי פון דעם יונגערן ברודער האבן אפשר שענערע אידן צו שענערע אינגעלייט, גייט מען אין קארט אלעס חרוב צו מאכן, בבחינת גם לי גם לך לא יהי'.
לאמיר זיך מתבונן זיין און תשובה טוען באצייטענס.
 |
|
|