בית פורומים אידישע געדאנק

השגחה באשטעטיגט ווידעראמאל סאטמאר קעמפ'ס אויטאריטעט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/5/2012 00:20 לינק ישיר 
השגחה באשטעטיגט ווידעראמאל סאטמאר קעמפ'ס אויטאריטעט!

השגחה באשטעטיגט ווידעראמאל סאטמאר קעמפ'ס אויטאריטעט!

חסדי' ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!
נאך 12 יאר וואס די אויבערשטער האט אייביג ווינדערליך געהאלפן, האט ער ווידעראמאל געוויזן רחמים
ערב ל"ג בעומר נאך וואס די ארונים האבן באוויזן צו האלטן דעם  עולם געשפאנט פאר עטליכע וואכן מיט אויסערגעווענליכע רשעות,
האט די זון ווידעראמאל דורכגעשיינט די וואלקענעס, ערב ל"ג בעומר תשע"ב!
די לעכטיגע קינדערליך וועלן קענען הנאה האבן פון נאך א זיממער אזוי ווי די לעצטע 57 יאר, און לערנען מיט די קלארע פרישע לופט ב"ה
און הלואי זאל דאס שוין דינען פאר א לעקציע פאר די וואס זיכן שוין 12 יאר צו צוברעכן
והוא לא תצלח!
דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער!




תוקן על ידי סטראבערי ב- 10/05/2012 00:31:22





דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-10/5/2012 18:37 לינק ישיר 

אין די אויגן פון לאנצוט איז עס די זעלבע השגחה עליונה וואס האט געפירט אז די זאליס האבן פארלוירן דעם בית החיים. די זאליס האבן פארלוירן דעם בית המדרש החדש, און פינדרוס האט פארלוירן צו רובינשטיין, און לאפעז קעגן וואלעסקיועז.

ווען שמעון גיט א געזונטן פראסק פאר ראובן און ראובן חלש'ט, קען דאך שמעון זאגן: די השגחה האט אזוי געפירט... ניין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2012 19:50 לינק ישיר 

יא! סארי טו דיססעפאינט יו!
יא! איך גלייב אז אלעס ווערט געפירט מיט השגחה עליונה!
און די ארונים וואס זענען שוין by now גינעס-בוק-ראַנג לוזער'ס זעהען עס נאך אלס נישט איין!

און  ניין! די נייע ביהמ"ד החדש איז כלל נישט פארלוירן, ס'ווארט אויף פערמיט'ס, אזוי ווי די קעמפס האט געווארט, נאר מ'איז נישט "דערווייל" געווען אזוי דעספערט עס צו ניצן, האט מען עס נאכנישט באקעמפט מיט'ן גאנצ'ן פאליטישן און לעגאלע כח און קאפ און מח!
אבער יבא יומו אויך בעזר השם!
יעדער האט,וואס איז אים באשערט! אפי' א בלינדער זעהט עס איין!
און קען זיין אז די ביה"ח דארף באלאנגען ביי ענק מצד באשערט, איך ווייס נישט, השם ווייסט און עס איז דערווייל אין אפיעל'ס קאורט. ימים ידבירו!

איין זאך איז זיכער דאס וואס אינזער רבי האט באקימען מכח ירושה ווילאמסבורג, און ווי די רבי האט עס כמה פעמים געזאגט ברבים: איך האב צוויי גרויסע קהלות, און צוויי ראוי'דיגע זוהן, יעדער קליגער מענטש וועט נישט גיבן אלעס פאר איין קינד. 

תוקן על ידי סטראבערי ב- 10/05/2012 19:54:11




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-10/5/2012 20:15 לינק ישיר 

אויב דו זאגסט יעצט אז ס'איז באשערט אז די ארונים זאלן האבן דעם בית החיים, פארוואס ביזטו נישט מקבל דעם גזר דין וואס דער רבוש"ע האט אנגעשריבן.

ווייל דו גלייבט נישט! איין מינוט איך גלייב יא. איך דארף אבער פייטן ווייל אפשר דורכן קאורט וועט מען עס צוריקדרייען און עס וועט צוריק ווערן באשערט פון מיר.

דיין אפיקורסות און רשעות ואי אימון לייגסטו אן אויפן רבוש"ע. טייערער סטארבערי, לאז ארויס דעם רבוש"ע. השגחה עליונה איז טייטש: השלך על ה' יהבך והוא יכלכלך. נישט אז איך רויב און רייס, שלאג און פאטש, שיס און שטעך, און ס'איז מיר באשערט געווארן.

פינקט ווי ראובן קען נישט קלעימען אז ס'איז באשערט געווען אז ער זאל הרג'ן שמעון, און ממילא איז ער "אומשולדיג".




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2012 21:38 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
ווען שמעון גיט א געזונטן פראסק פאר ראובן און ראובן חלש'ט, קען דאך שמעון זאגן: די השגחה האט אזוי געפירט... ניין?


אנטשולדיקט לאנציט, עס איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו וואס עס איז דא געשען.

דא האט שמעון געוואלט געבן א פראסק פאר ראובן אזוי אז ער זאל חלש'ן אבער דער פראסק איז ב"ה נישט געלונגען!

דאנקט ראובן דעם באשעפער פאר די השגחה עליונה וואס האט איהם שומר אין מציל געווען פון די אנשי רשע




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2012 21:48 לינק ישיר 

ביי מיר איז עס אזוי:
שמעון דער מאפיא'נער האט ארויסגעכאפט פון ראובנ'ס באנק אקאונט א מיליאן דאלאר, ראובן פראבירט מיט אלע כוחות צוריקבאקומען דאס געלט און עס געלונגט אים נישט.
 
שמעון וויל נישט גיין צו דין תורה, מיט אלערליי טריקס
די קאורט מישט זיך נישט אריין, און ראובן איז בארויבט...

יעצט טאנצט שמעון העפטיג. ער קלאטשט פייערדיג און זינגט צום באשעפער חסדי ה' כי לא תמנו, השגחה עליונה האט געפירט אז איך בין געבליבן מיט די גניבה.

פארוואס איז דיין משל בעסער.
און וועלכע השגחה עליונה איז גערעכט, מיין משל אדער דיין. די תורה הקדושה האט דאך ליידער נישט געהאט קיין SAY דא. מ'איז דאך נישט געגאנגען צו קיין דין תורה ווי אלקים נצב בעדת ק-ל. לויט ווי איך בין איבערצייגט האט מען גערויבט. אלזא זעה איך נאכאמאל דעם קלאר צושטעל:

שמעון גיט א געזונטן פראסק פאר ראובן און ראובן חלש'ט, קען דאך שמעון זאגן: די השגחה האט אזוי געפירט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2012 22:04 לינק ישיר 

איך וויל פרעגן דא א קלארע פראגע ווער עס קען מיר ביטע ענטפערן: א יא אדער ניין.

לאמיר זאגן אז די קאורט וועט זאגן אז די קאונטי קען נישט געבן קיין פערמיט.
וועט איר זאליס זאגן אז די השגחה עליונה האט געפירט אזוי, און איר וועט מקבל זיין דעם פסק פון די "השגחה עליונה"... אדער איר וועט שרייען "ארונים שקצים. רוצחים, געווארפן קינדער אויף די גאס אן א קעמפס וכו' וכו' וכו'.

אין איין ווארט: יא אדער ניין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2012 22:12 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:

... לאז ארויס דעם רבוש"ע. השגחה עליונה איז טייטש: השלך על ה' יהבך והוא יכלכלך. נישט אז איך רויב און רייס, שלאג און פאטש, שיס און שטעך, און ס'איז מיר באשערט געווארן.
...



 well said




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2012 23:19 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
איך וויל פרעגן דא א קלארע פראגע ווער עס קען מיר ביטע ענטפערן: א יא אדער ניין.

לאמיר זאגן אז די קאורט וועט זאגן אז די קאונטי קען נישט געבן קיין פערמיט.
וועט איר זאליס זאגן אז די השגחה עליונה האט געפירט אזוי, און איר וועט מקבל זיין דעם פסק פון די "השגחה עליונה"... אדער איר וועט שרייען "ארונים שקצים. רוצחים, געווארפן קינדער אויף די גאס אן א קעמפס וכו' וכו' וכו'.

אין איין ווארט: יא אדער ניין?


יא.

כשם שמברכין על הטוב מברכין על הרעה.

אבער אפילו אז עפעס איז השגחה עליונה מעג מען נאך אלס ענק באשייגעצן פארן טוען די רשעות. מרשעים יצא רשע




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2012 23:24 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
ביי מיר איז עס אזוי:
שמעון דער מאפיא'נער האט ארויסגעכאפט פון ראובנ'ס באנק אקאונט א מיליאן דאלאר, ראובן פראבירט מיט אלע כוחות צוריקבאקומען דאס געלט און עס געלונגט אים נישט.
 
שמעון וויל נישט גיין צו דין תורה, מיט אלערליי טריקס
די קאורט מישט זיך נישט אריין, און ראובן איז בארויבט...

יעצט טאנצט שמעון העפטיג. ער קלאטשט פייערדיג און זינגט צום באשעפער חסדי ה' כי לא תמנו, השגחה עליונה האט געפירט אז איך בין געבליבן מיט די גניבה.

פארוואס איז דיין משל בעסער.
און וועלכע השגחה עליונה איז גערעכט, מיין משל אדער דיין. די תורה הקדושה האט דאך ליידער נישט געהאט קיין SAY דא. מ'איז דאך נישט געגאנגען צו קיין דין תורה ווי אלקים נצב בעדת ק-ל. לויט ווי איך בין איבערצייגט האט מען גערויבט. אלזא זעה איך נאכאמאל דעם קלאר צושטעל:

שמעון גיט א געזונטן פראסק פאר ראובן און ראובן חלש'ט, קען דאך שמעון זאגן: די השגחה האט אזוי געפירט


אינטערסאנט אזא גרויסע גניבה און דער קאורט מישט זיך נישט אריין!

קיין די. עי. קוקט נישט אריין צו ברענגען די קרימינאלן צו דשאסטעס!

אדער איז עס נישט קיין גניבה אין קיינעמס אויגן חוץ ביי א פאר ביטערע נארונימ'לך




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2012 23:31 לינק ישיר 

אקעי, פדן זיסער. לאמיר גיין פאמעליך:

קודם בדרך קרום-קאפ:
די בית החיים האלסטו דאך אויך ס'איז א גניבה פון די ארונים.. ביסטו דאך מודה אז ס'פאראן אזא זאך ווי גניבות ביי די פייט. דו קוקסט אבער נאר דיינע שמאלע היידפארק-ברילן. טוה זיי מוחל אויס אויב מעגליך.

יעצט גראד:
צי דאס איז א גניבה בכלל צי נישט, דארף א דין תורה פסק'ן. איך האלט אז דו האסט מיך בא'גנב'ט. דו זאגסט אז נישט.
נו, וואס טוען ערליכע אידן, מ'שיקט אן הזמנה אן מ'איז זיך מתדיין ביי א בית דין כשר המרוצה לשני הצדדים.

דער נתבע זאגט אז ער האט נישט בא'גנבט און איז אומשולדיג. נו אויב אזוי, קום צום בית דין און זאג דיינע טענות און אויב דו ביסט גערעכט, וועט ער אוודאי זאגן אז דו ביסט נישט קיין גנב, און כשר וישר.

יעצט... זאג דו פארוואס איר האט געטאן אלע השחתות "נישט" צו געבן דאס ביסעלע טינט, און נישט געלאזט די תורה הקדושה פסק'ן צי ארי זענט גנבים אדער נישט...

וואס טראכט יעדער נארמאלער מענטש. איז דא גניבות אדער נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2012 23:47 לינק ישיר 

קוקט אויס ווי די ארויננים האבן ארויסגענומען די לעצטע פייל צו שיסן אין וויטא לאפעז זיי האבן איינגעשפאנט דעם זעלבסט דערקלערטער ווארטזאגער פון כלל ישראל יאסי געשטעטנער, זאל לאזן הערן זיין פראטעסט קעגן לאפעז
ווי קוועלער געבן איבער גייט לאפעז זאפארט רעזיגנירן צוליב די שווערע דרוק פון דעם געשטעטנער
נעבעך
http://gestetnerupdates.com/2012/05/09/brooklyn-memo-to-brooklyn-dem-boss-lopez-regarding-the-satmar-camp-dispute/



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2012 23:52 לינק ישיר 

קרום, גראד, אהין אין צוריק.

א שופט איז א נארמאלער און אומפארטיישער מענטש.

אז ער וואלט געזען גניבה וואלט ער זיך געמוזט מישן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > השגחה באשטעטיגט ווידעראמאל סאטמאר קעמפ'ס אויטאריטעט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext