בית פורומים אידישע געדאנק

פייערדיגע דברות קודש ביים שולחן הטהור פון רבינו שליט"א בנוגע כינוס כלל ישראל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/5/2012 18:45 לינק ישיר 

פיין איך וועלט איינאל טרייען מיין לאק צו זעהן צו דיין פיצי מוח פארשטייט עס
דער רבי האט זיך באצויגן צו די בריוו וואס ער האט ארויסגעגעבן וואס איז געווען א מכתב חיזוק צו די כינוס אבער האט נישט געשריבן אינעם בריוו איבער א השתתפות יא אדער ניין
האט דער רבי געזאגט אז די בריוו איז געשריבן נאך פאר די עסקנים האבן אים געזאגט אז זיי זענען גרייט זיך צוצושטעלן צו זיינע פארלאנגען
למעשה ווען די בריוו איז ארויסגעקומען איז דער פועל יוצא פונעם בריוו געווען אז די עסקנים זענען געקומען אין זייהאבן זיך צוגעשטעלט צו זיינע תנאים ממילא איז שוין נישטא קיין פראבלעם איבער השתתפות

נ.ב. איך בין דיר עס מסביר נאר איינמאל אין אויב פארשטייסטו נישט
גיי צו דיין חברותא אין מתיבטא ער זאל עס דיר מסביר זיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 19:06 לינק ישיר 

אקעי ביידען.
דו זאגסט אז דער בריוו איז געווען א מעסטער צו זעהן צי די עסקנים וועלן זיך צושטעלן מער.
גאנץ א גוטע בענד-עיט.

מאך נישט קיין טעות, די בובו איז פיל גרעסער ווי בענדיטש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 19:21 לינק ישיר 

אהרן טייטלבוים'ס בובו אפשר איז גרעסער, ווייל זיין בונדל מח האט פארזעהן וואס דא גייט זיך אויסקאכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 19:25 לינק ישיר 

געלעכטער.
אויב מ'גייט מיט די תורה הקדושה קען מען נישט מאכן קיין טעות.

רביה"ק בעל דברי יואל איז אויך געווען איינער אליין תש"ח. איז ער געווען א לוזער?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 20:56 לינק ישיר 


שטארק זיך האט געשריבן:עימיצער פארשטייט דעם בריוו?

א מכתב חיזוק, א המלצה, א צוריק ציה?
שארמאשע רב שליט״א שרייבט עפעס דברי ברכה אז ״ער זאל זוכה זיין ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש״.

עפעס נעמען זיי זיך אונטער תקנות... ווער האט פארגעשלאגן תקנות... עס מאכט א רושם ווי אן איבערבעטונגס בריוו.
*--**

איך זעה נישט וואס איז שווער צו פארשטיין, הגה"צ דער שאפראנער רב שליט"א תלמידו של רביה"ק מסאטמאר זצ"ל וממעתיקי השמועה האט געזאגט זייער קלארע דיבורים איבער זיין מיינונג לפי קבלתו ממרן זצ"ל, אויף דעם דאנקען אים די קהילה קדושה בני יואל פון קרית יואל, וועלכע קלאמערן זיך צו שיטתו הבהירה פון רביה"ק ווי זיי האבן מקבל געווען חוות דעתו בדעת רבינו און דערויף שרייבט צו הגה"צ משארמאש שליט"א אז אויף ער איז מחזק דעם שאפראנער רב.

איר פרעגט פ"וו דער רב שליט"א ברויך חיזוק? זייער פשוט זייענדיג א מקורב ומחותן מיט'ן סאטמארער רבי שליט"א (מהרי"י) אשר הוא ובית דינו זענען ארויסגעקומען גאר שטארק לטובת וחובת ההשתתפות, האט עס פארלאנגט א שטארקע כאראקטער פונעם שאפראנער רב משמיע צו זיין דאס פארקערטע, ובפרט פון א רב וואס איז אין דרכו בכך, ווידעראום פאר קהל בני יואל איז דאס געווען כמים קרים ווייל עס גיט אסאך צו צו זייער ביז היצטיגע שארפע התנגדות צום כינוס בראשות בית דינם ורבניהם.
*--**

יא, אויף די מחלוקת קען מען ריכטיג זאגן אז ס'איז א מחלוקת לש''ש, כאטש האדמו''ר מהר''יי ובית דינו זענען אויף איין זייט, איז עס נישט קיין סתירה פאר אנדערע תלמידי מרן מסאטמאר זי''ע צו זאגן פארקערט, און קיינער האט קיין פאראיבל, ומפי השמועה שמענו, אז האדמו''ר מהר''יי האט געזאגט פאר מחותנו, אז ער האט נישט קיין פאראיבל אויף זיין דרשה ואדרבה כך הוא דרכה של תורה, זה בונה וזה סותר. 

לאמיר האפן אויף ווייטער, אז די חילוקי דיעות אינערהאלב די סאטמארער קרייז וועט נישט ארויסגיין פון אירע גבולים, און וועט בלייבן אן איינפאכע חילוקי דעות ומחלוקת לש''ש, אן מיטברענגען די איבלן פון מחלוקת שלא לש''ש ח''ו.


תוקן על ידי ישמאלכץ ב- 14/05/2012 20:56:31




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 18:57 לינק ישיר 

לאנצוט!! וואס זאל מען טוען אז דער וועלט האלט אים נישט ביים מדמה זיין
צו רבינו הק' זי"ע אין תש"ח....

בשעתו, האט דער גאנצער וועלט גערודערט אז דער רבי איז דערקעגן, אלע צייטונגען האבן געשריבן אז סאטמאר רב זאגט אזוי, און האלט נישט פון דעם.
משא"כ ביים דעם וויזשניצער קינד אונטערסירט קיינעם נישט וואס ער זאגט, פארקערט יעדער שטייט און שטוינט ווי פאסט עס פאר אהרן טייטלבוים צו מאכן אזעלכע זאכן, און שטערן דער מעמד וואס בראש שטייט א צדיק וווי סקולענער רבי שליט"א, און יעדער קומט טאקע צו, צום מסקנא אז דער סיבה דערצו איז "אני אמלוך"


תוקן על ידי שמעלקאלע ב- 15/05/2012 18:57:51




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 19:10 לינק ישיר 

שמעלקאלע, מאכסט נאכאמאל א טעות.

ווער שטערט וועלכע מעמד?
ער וויל נישט זיין קיין שותף דערצו.


איך האב בלויז געזאגט אז פינקט ווי דער רבי זי"ע איז געווען אין תש"ח, איינער אליין
דאס זעלבע איז מיט ר' אהרן וועלכער גייט אין זיינע דרכים, און "אחד היה אברהם". איינער אליין קעגן א מבול פון אלע מתבוללים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 19:27 לינק ישיר 

ער איז נישט ממש אליין, ווייל משה יעקב שמשון טייטלבוים מיט אלטר משה גאלדבערגער האלטן פונקט אווי ער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 19:35 לינק ישיר 

נישט שלעכט.
אויב אזוי איז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל מיט שטיינמאן?

אז דיר איז ניחא, איז מיר גוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 19:40 לינק ישיר 

דהיינו? שטיינמאן קומט צום כינוס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 20:17 לינק ישיר 

..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 20:19 לינק ישיר 

לאנצוט האסט א ביטערן טעות.


דיין רבי איז נישט קיין לוזער ווייל ער האט זיך אויסגעשלאסן פונעם כינוס.


ער איז א לוזער ווייל ער האט זיך שוין לאנג אויסגעשלאסן פוןכלל ישראל! א איד –בפרט א רב בישראל – וואס האט גערופן א טאטן אין קאורט, האט זיך אויטאמאטיש אויסגעשלאסן פון כלל ישראל!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 20:39 לינק ישיר 

כ''ק מרז''ל שליט''א זאגט "למעשה פרובירן זיך די עסקנים זיך צוצושטעלען אויף אזא מין אופן ס'זאל קענען שטימען אז ס'זאל נישט זיין כנגד דאס וואס מיר האבן מקבל געווען''

וואס מיינט אז זיי פרובירן, וואס וועט זיין אז זיי וועלן נישט קענען? מסתבר איז אז אויב ס'נישט 100% פראצענט זיכער איז שב ואל תעשה (להתחבר ולהחניף גדולי הרשעים) בעסער.

בכלל ער ברענגט ארויס די פראבלעם מיט אינטערנעט שטארק ארויס אבער וואס מיר האבן מקבל געווען זייער ברמז.

למעשה איז דא תלמידי רביה''ק (ווי שאפרענע רב) וואס שרייען אז דאס איז התחברות לרשעים, פארוואס זאל נישט ארויסקומען קונטרסים מסבר זיין וואס ס'מיינט התחברות לרשעים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 20:42 לינק ישיר 

מען קען אזא זאך בשום אופן נישט רופן התחברות לרשעים אחוץ אויב זיי וועלן דארטן פרעדיגן ציונות
2) עס איז קיינער נישט אינטערסאנט וואס דער שאפראנער רב זאגט עס וועט דארט זיין מנין אן אים אויך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 20:46 לינק ישיר 

לאנצוט,

כקוק איבער רז"לס ווערטער כאפ נישט וואס דיך קוועטשט, כזאג נישט, ער זאג דאס אביסל ציטערדיג אזוי ווי אן איידעלער מענטש רעדט ווען ער זאגט א קאנטערוועירדזשל מיינונג.

קודם דארפסטו פארשטיין אז ווען נישט לכה"פ איין סאטמאר שטעלט זיך צו (אפי' נישט ממש געגאנגען), וואלט די אסיפה געווען היבש פארשלאפן, ופשוט, זענען די עסקנים געקומען וויינען אז סאטמאר מוז זיך צו שטעלן, ווייל אויב נישט וועט עס נישט האבן קיין פנים, די זלוני בי"ד האט דערפילט דאס אחריות, אבער זיי האבן פארלאנגט אז סזאל זיין אויסגעהאלטן, ווייזט אויס אז די עסקנים האבן נישט געקענט צוזאגן אויפן פלאץ אלעס וואס מהאט פארלאנגט, סאיז דאך אויף א גרעסערע פארנעם, ע"כ איז ארויס געקומען בלויז א מכתב חיזוק, קלערנדיג אז דאס איז גענוג שטארק, אז די כינוס זאל זיין אפעקטיוו, למעשה האבן די עסקנים אריינגעלייגט כח און זענען יא נאך געקומען זיינע תנאים, ע"כ האלט ער אז ווער עס גייט האט א זכי' און א חלק אין די פעולות ההשתדלות מציל צו זיין דעם עתיד.   

  




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פייערדיגע דברות קודש ביים שולחן הטהור פון רבינו שליט"א בנוגע כינוס כלל ישראל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.