בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג! אדמו"ר סאטמאר מהר"יי שליט"א: "זכי' להשתתף בכינוס כללי"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/5/2012 06:27 לינק ישיר 
ברעקינג! אדמו"ר סאטמאר מהר"יי שליט"א: "זכי' להשתתף בכינוס כללי"

ברעקינג! אדמו"ר סאטמאר מהר"יי שליט"א: "זכי' להשתתף בכינוס כללי"

במעמד אלפי אלפים ביים גרויסן ל"ג בעומר סעודה בבהמ"ג הגדול
האט די סאטמאר רבי מהר"יי שליט"א שטארק ארויסגעברענגט אז "סאטמאר רבי זי"ע דער מייסד קהלת סאטמאר, שרייבט אין א בריוו אז ער האט מייסד געווען א קהלה סאטמאר אין אמעריקע וואס זאל אויסזעהן פינקט ווי אין סאטמאר אינדערהיים און ווי מאה שערים מובדל ווי די אמעריקאנע גאס.

יעצט ווי פיל יודן קענען זאגן זאגן אז זיי זענען מובדל ומפרש פון די אמעריקאנע גאס אזוי ווי די רבי האט געוואלט?
זענען מיר אינגאנצן מבדיל בין קודש - לחול?
זענען מיר אינגאנצן מבדיל בין קדושה - לטומאה?
"לדעתי, לדעתי, איז א געוואלדיגע זכי' זיך צו משתתף זיין אין אזא כינוס לשם שמים! 

און מיר דארפן גאר שטארק טוען צו די ענין, וואס זאל דינען ווי א תשובת המשקל אז אין עבר האט מען נאך קיינמאל אויפגעטיען אויף א גאנצע פארנעם!

 הגם עס איז אייביג געווען עסקנים, וואס האבן פראבירט א סך מאל, איז אבער לא עלתה בידם צו מעמיד זיין הדת על תילה."




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/5/2012 07:56 לינק ישיר 

הרב סיטי פיעלד כהאב ביז יעצט דיר געבעקט אנקוקענדיג ווי א נארמאלער מענטש וואס זוכט די הצלחת הכינוס אבער יעצט זעה איך וואס מטורף מיינט 
וואס האלטסטו אז פשעווארסקע רבי און סקולענער רבי און פוסק הדור רב וואזנער שליט,א ווועמען די אהרונים זענען מעריץ איינעם מער ווי די 2טע ווער רעדט נאך פון רב וואזנער וואס איז מיטן רבין איינס איז נישט גענוג אז זיי הייסן גיין? אבער דא אין סאטמאר דא א מרא דאתרא און דו קענסט אלעס טון ביי אים צו פועלן אבער ווי לאנג ער הייסט נישט גיין איז אלעס איבעריג העכסענס אז דו וואלסט געלייגט זייערע ווערטער וואלט איך אבער פארט פארשטאנען אז עכ"פ ווועט עס געבן פא גרינע ליכט אז אומעמטליך זאלן אסאך סאטמארע אידן גיין נו מקען פארשטיין אזא מהלך
אבער דא צו שרייבן איך רעד נישט יעצט צי ער איז אן עם הארץ מדאורייתא צו מדרבן צי א לא לנו צי לא להם צי א גרויסע רעבע צי א קליינע צי א נארמאלער צי א משוגענער צי א גנב צי נגזל צי רודף אדער א נרדף 
איך רעדט יעצט צי א פרעמדן וואלסטו געשריבן פאר באבובער חברה פון ר' בנציון אז ברעקינג! אדמו"ר מבאבוב מהר"מד שליט"א: "זכי' להשתתף בכינוס כללי" 

ביסטו אפען קאפ אדער אפען פיס? דו ווילסט יעצט איינעם קאנווינסן דא? 

אדער ווילסטו גאר פארשטיין געבן פאר חסידי מהר"א דעם רבין שליט"א'ס מיינונג  אז נאר די וואס טוען נישט אין די מערכה להעמיד הדת על תילה נאר די דארפן גיין אלס תשובת המשקל... 

הקיצור ווי לאנג דער רבי הייסט נישט גיין איז אלעס איבעריג 



תוקן על ידי גרוינים ב- 11/05/2012 08:15:11




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2012 08:37 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2012 09:26 לינק ישיר 

א געוואלדיגע טיעם פון לוחמים קעגן דעם כינוס איז געשאפן געווארן. ר' אהרן טייטלבוים מיט ר' משה יעקב שמשון טייטלבוים...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2012 09:37 לינק ישיר 

געלעכטער'ל, ביי אונז רופט מען דאס:

למכה מצרים בבכוריהם.


(אגב, א עצה טובה: בעפאר דו שרייבסט אז רבי אהרן איז 'לוחם' קעגן דעם כינוס, רוף אים אן און מאך זיכער אז דו ווייסט וואס דו רעדסט).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2012 09:40 לינק ישיר 

א געוואלדיגע טיעם פון לוחמים קעגן התבדלות מרשעים איז געשאפן געווארן.

"להחזיר עטרה ליושנה"




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 11:10 לינק ישיר 


http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2958588&forum_id=16386


ר' מנשה פילעפף : כינוס מיט אגודה איז איינס

די וואך שבת האט ר' מנשה פילעפף גערעדט צי יונגעלייט אז מהרז"ל האט פאראטן סאטמאר איז פארטאן דעם רבי'ן ז"ל

ר' מנשה האט געזאגט אז בשעת'ן גרינדען די אגודה זענען די גרינדערס געווען רבנים קדושים וגאונים אסאך מער ווי די יעצט'דיגע רבנים וואס פארריפן עס אין די זעלבע די גרינדערס פין דף היומי ווי הרב הגאון ר' מאיר שפירא ז"ל וואס האט גע'שמ'ט אלץ גאון וצדיק
נאר מיט דעם אלעם האט די ערליכע יודען גע'שמעק'ט אז מען מיז זיך דערפין אפטיילן
ווייל זיי האבן געזעהן צי וואס די אגודה גייט צי קומען

ר' מנשה האט געזאגט פאר די יונגעלייט אז טאמיר גייט מען צים כיונס מיט יודען וואס 90 פראצענט פין זיי האלטן פין די מדינה
אין 90 פראצענט האלטן אז מדינה איז א ישועה געווען פאר כלל ישראל וואס האט דעמאלס די רבי ז"ל אויף געטיען

ס'איז שוין גארנישט אז נאך דעם גייט מען צים סיום הש"ס אז טאמיר פאר די אינטערנעט דארף מען צאם ברענגען כלל ישראל
פארוואס זאל מען פאר לימוד התורה נישט צאם ברענגגן כלל ישראל ? 

דעס  גייען מען יעצט מיט גאנץ כלל ישראל איז  גארנישט אנדערש ווי אגודה תרפ"ט אין אז טאמיר מען איז אלעס יעצט מתיר איז די גאנצע עבודה פין אינזער הייליגע רבי'ס רח"ל געגאנגען לריק ולהבל

אין נישט פארגעסן ר' זלמן לייב'ס יעצט גיין איז ריין פאליטיק ווייל זיין ברידער גייט נישט גייט ער יא
אין טאמיר די רבי וואלט יא געגגאנגען וואלט ר' זלמן לייב געווען פייער דערקעגן אין ס'וואלט העצערישע ארטיקלען אין דער איד דערקעגן

ראו מה לבני לבן חמו אזוי קוקט מען אויס ווען מען החלטות לשם פאליטיק אין פארקערט פין יענעם אז מען קען צי קומען צי זאגן וואס די רבי ז"ל וואלט געווען פייער דערקעגן

--------------------------

שלמה יאנקל געלבמאן זאגט אז ר' אהרן וועלץ פארשטייט שוין בעסער די שיטה בעסער ווי ר' זלמן לייב
ר' אהרן וועלץ שיקט קיינמאל נישט די קינדער זאגן תהילים אין בארא פארק פאר פורים מיט אלע אנדערע ת"ת'ס
ווייל סאטמאר מישט זיך נישט אין א יעדער פארשטייט עס אז סאטמאר איז עקסטער
ר' ללמן לייב פארשטייט עס נישט אין אלעס פאר אביסל פאליטיק צי ווייזן ברידער





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 11:28 לינק ישיר 

גור, בעלזא, צאנז קלויזענבורג, וויזניץ, די אלע זענען נישט די אגודה, מיט זיי מעג מען זיך מתחבר זיין, אבער פון דעם שרעקליכן ציוני דער סקולענער רבי שליט"א פון אים דארף מען זיך מרחק זיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 14:45 לינק ישיר 


http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2958632&forum_id=16386

שטורמישע ש"ס תורה פין שאפראנ'ער רב שליט"א

די וואך איז שאפראנער רב שליט"א ארויס געקומען מיטן דעת תורה פינעם רבי'ן ז"ל איבערן כינוס כללי
ווי ער קומט ארויס שארף אז א סאטמאר'ער יוד טאר נישט אהן גיין

מען קען עס הערן אויף די נאמבער

718-362-8800 מען זאל דריקן 3-4-3



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 18:15 לינק ישיר 

דער געלעכטער מאכט פון זיך אליין געלעכטער אז מען טרעפט זיך פערזענדליך מיט די גער רבי אבער קלויזנבורג אבער וויזניץ הייסט התחברות ? .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 20:53 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 21:06 לינק ישיר 

שלמהווייס כתב:




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 21:18 לינק ישיר 

א קידוש השם צו זען אז כ"ק אדמו"ר הקוה"ט ר' משה יעקב שמשון טייטלבוים שליט"א שפאנט האנט ביי האנט מיט ר' אהרן טייטלבוים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 03:24 לינק ישיר 

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2958787&forum_id=16386

נוטרי קרתא פראטעסט היינט פאר די ראדני שול

נטורי קרתא מעלדט אז זיי גיין מאכן א מאסן פראטעסט היינט נאכט פאר די ראדני שול וועגן די זאלי'ס האבן זיך אנגעשלאסן אינעם כינוס כלל ישראל

מען קען עס הערן אויף 2124441117 דריקט נאמבער 1




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 09:07 לינק ישיר 
אזהרה חמורה לר' זלמן לייב ט"ב




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 23:14 לינק ישיר 

נעמט אייך אריין אין קאפ אריין אז אויב נישט די פייערדיגע ווערטער לדעתי לדעתי
וואלט די גאנצע כינוס געווען קאפוט
כלל ישראל איז דאנקבאר פארן לדעתי לדעתי פארן ראטעווען אונזערע דורות
אסאך זענען שוין מציע אז דאס זאל זיין א יערליכע יום הצלת הדורות
ווי יאר איין יאר אויס וועט מען זיך צוזאמען נעמען אינעם סיטי פיעלד ובשאר הסטאדיום'ס הסמוכות
אויסצושרייען ה' הוא האלקים
אלעס צו פארדאנקען דעם לדעתי לדעתי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג! אדמו"ר סאטמאר מהר"יי שליט"א: "זכי' להשתתף בכינוס כללי"
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext