|
|
| נשלח ב-15/5/2012 22:41 |
|
| |
עיין במכתב השני, ער שרייבט דארט אז האדמו"ר מבעלזא איז א חבר הכנסת. ווי לעבט ער? ווען איז דאס געשעהן? באלד וועט ער שרייבן אז הרב חיים קניבסקי איז א גענעראל אין צה"ל...
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:29 |
|
| |
This is a good point
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:34 |
|
| |
רעב אהרן'ס פליפ פלאפ איז מעכטיג און שרייט פון יעדען ארוני'ס פנים. אז ער האלט אז מ'טאר נישט גיין, וואס שעמט ער זיך מיט זיין דעת תור"א??? ער איז דאך געגאנגען צום בעלזער ווי א תקיף און אריינגעפיפן אין אלע תלמידי רבינו! לאמיר זעהן דא זיין תקיפות, וואס טשיקענ'ט ער!?
האלט ער ס'איז א רשות, איז דאך עס אויטאמאטיש א חוב. פאר אזא וויכטיגע כינוס.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:42 |
|
| |
איינער פרעגט מיר אין אישי| וואס איז דרבי ז"ל מיינונג | אפשר קענסטו מיר זאגן וואס האט דרבי זכרונו לברכה גהאלטן בנוגע צי די בחירות צום עיריה (שטאט ראט, ווילעדזש) רשות? חובה? איסור ? אזוי וויא די עדה חרדית האלט? פאר וואס האט ער נישט געזאגט א מיינונג אין דעם? טאמר ספעלט פרטים בנוגע דעם ענין קענסטו אריין קוקען אין הקדמה פין ד'ספר 'המאזרני חי"ל' פין ר' ליפא שווארץ ע"ה דער מנהל המוסדות אין ירושלים וואס באשרייבט די גאנצע עפאכע, _______________________ מיין תשובה:
סארא פארגלייך!? דארט האט די רבי געהאלטן ס'איז א איסור, אבער האט זיך "געמיזט" מונע זיין צו זאגן אז ס'איז אסור, ווייל ס'איז דאך נישט קיין "יהרג ואל יעבור" ווי די כנסת בחירות. און האט נישט געוואלט דורך דעם איסור מיניזימירן די שרעקליכע איסור פון די אלגעמיינע בחירות.
(אבער האט אגב געזאגט פאר איינעם פאר'ן אוועקפארן פון א"י מיט'ן שיף, אז ער וואלט יא גע'אסר'ט ווען ער ווייסט ווען בעפאר וואס ער וויסט יעצט וואסארא שרעקליכע איסורים די ערייה איז עובר, און מ'איז מיט זיי אויך א שותף.) |
תוקן על ידי סטראבערי ב- 16/05/2012 00:47:05
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:45 |
|
| |
סטראבערי טייערער.
גענוי ווי ער איז "געגאנגען" צום בעלזער, ווייל ער האט א אמת'דיגער און גראדער דעת תורה, דאס זעלבע וועט ער "נישט גיין" צום כינוס כלל ישראל, ווייל ער האט א אמת'דיגער דעת תורה.
ארויסגעבן חרמות וקנמות, דאס באלאנגט אויסשליסליך פאר דיינע סיקריקים, און ער וויל דאס נישט פון זיי אוועקנעמען...
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:51 |
|
| |
ביים בעלזא האט ער זיך אויסגעטיען נאקעט פאר זיינע ראציגע בחורים און זיי ערקלערט בלית ברירה די געקינצעלטע חילוק פון גיין ביז האבן שייכות. דארט האט ער נישט מורא געהאט צו זיין א קיצוני.
לאמיר זעהן דא זיין גאטס. לוזער וואס ער איז.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:59 |
|
| |
קרעדיט: עכטער-חסיד
ווי הרב בנציון יאקאבאוויטש שליט"א ברענגט אין זיין ספר זכור ימות עולם ח"ד, האט דער רבי אים געזאגט בנוגע די בחירות העירי' פון די שטאט בני ברק, אז דאס איז א זאך וואס באלאנגט פאר די ערליכע רבנים פון שטאט, און זיך אויסגעדריקט בזה"ל "אבער זאגן אז נישט אין א שטאט וואו ערליכע רבנים וועלכע זענען באקאנט מיט די ענינים, און זיי האלטן אז מ'דארף שטימען, איז א גרויסע אחריות צו זאגן אז נישט". (עיין בדף קל"ט).
אפילו אין ירושלים האט דער רבי נישט גע'אסר'ט זאגענדיג אז עס איז נישט גלייך ווי די בחירות צום כנסת המינים. אבער וויבאלד דאס בי"ד האט עס גע'אסר'ט האט ענר גארנישט געזאגט דערקעגן. אבער דאס ערשטע מאל ווען עס האט געהאנגען אזא מודעה אין זיין נאמען האט דער רבי געהייסן דאס אפרייסן (עס איז געוען תשט"ו).
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:59 |
|
| |
דארט האט ער גערעדט צו די בחורים אז זיי זאלן פארשטיין אז בעלזא איז חלילה נישט איינס מיט סאטמאר צוליב די געפלאנטע באזוך, ווי געוויסע צייטונגען און בעלי אינטערעסן האבן געפרעדיגט.
ביים כינוס איז נישטא קיין שום חחש אז א בחור וועט חלילה נישט פארשטיין פארוואס די רבי גייט נישט.
==
אגב וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן פון דיר:
דיין רבי האט געזאגט אז מיט זיין ערשטן בריוו האט ער געוואלט טעסטן די מצב און זעהן וואס עס וועט זיך אויסקאכן, און יעצט קען ער שוין זאגן "פארזיך אליינס" אז לדעתו איז א זכי' צו זיין.
זאג מיר דעם ריינעם אמת: האלטסט עס מאכט סענס? הזאת הנהגה?! האסטו נישט געשפורט אז דו זוכסט א לאך פאר באהעלטעניש בשעת ער האט דאס געזאגט?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 01:15 |
|
| |
הגז"ל קען טאנצען און קישן דער ספר תורה פונעם דברי חיים, אבער ער גייט עובר זיין בשאט נפש אויפן א איסור פונעם דברי חיים!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 01:17 |
|
| |
איך האב עס שוין געהערט.
יישר כח עניוועי.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 01:19 |
|
| |
ער האט געזאגט ער האט געווארט צו זעהן די עסקנים פון איחוד קהלות וועלן קענען צושטעלן סאטמאר זאל קענען גיין, דהיי' מיט די רעדנערס, פראגראם וכו' דאס איז געווען די בריוו, יעצט קען ער זאגן אז ס'איז מסודר און ס'איז פאר א סאטמאר'ן קיין פראבלעם צו גיין
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 01:21 |
|
| |
גייט נישט זיין קיין ענגלישע דרשות????????
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 01:33 |
|
| |
לייג זיך נישט צונאר!
עס זענען געקומען צו אים די עסקנים, און געזאגט אז זיי זענען גרייט אלעס נאכצוגעבן אז ער זאל שיקן זיין עולם.
האט ער פארלאנגט אז בעלזא רבנים טארן נישט רעדן, און אז יצחק שטערן דארף וויסן פאראויס ווער עס גייט רעדן, און זיי האבן מסכים געווען.
דאס אלעס איז געווען נאך פאר סקולענער רבי איז געקומען!
סוי וואס איז געווען ווייטער? וואס האט געמיינט דער בריוו?
און לו יהא לשיטתך אז ער האט נאכנישט געוויסט צו זיי גייען נאכגעבן וועגן בעלזא, איז דער בריוו א מיטל וויאזוי צו וויסן צו די עסקנים קענען זיך צושטעלן?
דו קענסט "דיר" אשפר בעסער מסביר זיין דעם דורכגעפאלענעם ספין?
מאך נישט ליצנות פון דיין פארטיי.
|
|
|
|
|