|
|
| נשלח ב-15/5/2012 21:30 |
|
| |
לאנצוט איך קוק איבער מיין פריערדיגע תגובה און דיין ענטפער, איך פארשטיי בכלל נישט וואס דו שרייבסט, סדערמאנט מיך פון ר' אהרן'ס דרך הלימוד אין ישיבה (דאנט געט מי ראנג, ער איז א שטארקע ידען אין רבנ'ישע אנלעגענהייטן, אבער אויך א גרויסע שבשן, אין אלגעמיין איז עס נישט קיין סכנה, ווייל קיינער רעכנט זיך ממילא נישט מיט זיין מיינונג) מכאפט א ווארט און מבויעט א נארישע געביידע. איך שרייב, "זעלבסט פארשטענדליך אז סהאט בלויז א שטארקע כח ווען סווערט געמאכט פון אלע ערליכע קרייזן צוזאמען, ד"ה ווען איינער האט אן אומגעפילטערטע אינטערנעט, אינדערהיים, אדער אין אפיס, אדער אויפן סעל, ברויך ער זיך שפירן אויסגעשפיגן פון כלל ישראל, די דרך ההממוצע דא איז אז מנעמט זיך אויס תנאים סזאל זיין לפי רוחינו." דאס היינט אז היינט צו טאגס ווען איינער וויל האבן אינטערנעט, טראכט ער איך בין אפשר א באם, אויב סאטמאר וועט ארויסגעבן דעם איסור וועט ער טראכטן סאיז בערך די זעלבע איסור ווי גיין מיט לאנגע דאסטערס, דעריבער מוז דאס זיין א כלל ישראל איסור. דערנאך שרייב איך "איך האב בכלל נישט קיין פראבלעם צו זיצן נעבן ערליכע מגולחים פאר א צוויי שעה, אדרבה סוועט מיר זיין א שטארקע חיזוק צו זען ווי ערנסט זיי נעמען עס אויף, ווי אויך אז סוועט זיין איין דרשה צו זיי, אין די שפראך וואס זיי פארשטייען." דאס הייסט איך האב נישט קיין פראבלעם דעמיט, אבער נישט דאס איז די סיבה, דאס איז בלויז נישט קיין שטער, קומט ר' אהרן (שבך) און פארדרייט און פרעגט. דו פרעגסט פארוואס קען מען נישט מאכן קיין אסיפה קעגן אינטערנעט אין אונזערע ד' אמות אין וויליאמסבורג? דער תי' איז מוואלט יא געדארפט, די מציאות איז אז אונז האבן גארנישט ערנסט געטון די לעצטע צען יאר, (אן ארוני האט מיר היינט מסביר געווען אז ביי זיי איז דאס אנדער קאנטראל, אבער משום איזה סיבה האט ער מיר נישט געוואלט בארגן זיין איי פאון אפי' נישט אויף איין מינוט) משא"כ דעיע עסקנים טוען שוין צען יאר מיט מסירות נפש, זיי זענען מער אויסגעקאכט אין די נושא ווי אונזערע רבנים, ע"כ ווען זיי מאכן עפעס (אויסגעהאלטן) ברויכן מיר זיך צושטעלן און נישט זאגן אז מיר וועלן מאכן עקסטער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 21:30 |
|
| |
לאנצוט ענטפער מיר די שאלה:
דיין רבי האט וויפיל מאל גערעדט קעגן אינטערנעט, וואסערע השפעה האט עס געהאט?
איך פארשטיי אז יא, עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן עס אויסגעפאלגט, אבער וויפיל האבן נישט געפאלגט? זעט מען דען נישט טאג טעגליך יונגעלייט מיט בלעקבעריס אין די בתי מדרשים ואין פוצה פה ומצפצף? האט עמיצער פון דיין רבי'ס חסידים א בושה דאס צו האלטן ברבים ווייל דיין רבי האט גערעדט דערקעגן?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 21:52 |
|
| |
ששש, קיינער זאל נישט אויפוועקן די אהרונים...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 22:04 |
|
| |
חסיד
קיינער איז דאך נישט מחולק מיט אייערע ווערטער אז עס איז דא א גרויסע פראבלעם
אבער דאס יא
עס הייסט אז מהר "א האט ביז היינט די מערסטע אויפגעטוהן אין דעם ענין
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 22:07 |
|
| |
וואס הייסט אויפגעטון?
זאלסט מיר נישט ציטירן זיינע דברי ליצנות אז "אין קרית יואל איז נישטא קיין קאמפיוטערס", וואס אויב איז דא א נארמאלער מענטש ביי אים, לאכט ער אין די פויסטן פון זיינע ווערטער, ווייל עס מוז זיין איינס פון די צווויי זאכן: אדער איז ער נישט באקאנט מיט די מציאות אין קרית יואל אדער איז ער א פשוטער שקרן!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 22:20 |
|
| |
| עכטער_חסיד כתב: |  | | לאנצוט ענטפער מיר די שאלה:
דיין רבי האט וויפיל מאל גערעדט קעגן אינטערנעט, וואסערע השפעה האט עס געהאט?
יעדעס מאל ווען מ'רעדט, יעדעס נמאל מ'איז מעורר האט עס אן השפעה. נישט ביי יעדן איז עס אייניג.
יעדעס מאל מ'רעדט פון לימוד התורה האט עס א כח. אידן הערן און אז ס'איז יוצא מן הלב איז עס נכנס אל הלב. סאטמארער רבי רעדט הונדערטער מאל דערפון, און עס האט א געוואלדיגע השפעה. אוודאי איז פאראן אזעלכע וועלכע קענען דאך נישט גובר זיין אויפן יצר הרע. אבער. אבער. אבער. אבער. אבער
רעד זיך נישט איין אז ב' במדבר וועלן מער נישט זיין קיין אומגעפילטערטע איי-פאונס, און נאר דזשעי-נעט בלעקבעריס, און מער נישט קיין קאמפיוטערס אן קיין פילטערס. הלואי זאל א' במדבר האבן נאר האלב אזא השפעה ווי די דרשות וואס סאטמארער רבי האלט פאר זיין ציבור. איך מיין עס מיטן פולסטן ערנסטקייט וואס איך זאג יעצט.
-
איך פארשטיי אז יא, עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן עס אויסגעפאלגט, אבער וויפיל האבן נישט געפאלגט? זעט מען דען נישט טאג טעגליך יונגעלייט מיט בלעקבעריס אין די בתי מדרשים ואין פוצה פה ומצפצף? האט עמיצער פון דיין רבי'ס חסידים א בושה דאס צו האלטן ברבים ווייל דיין רבי האט גערעדט דערקעגן?
אוי צי מען זעט. איינער לייקענט דען. אבער הונדערטער האבן ארויסגעווארפן קאמפיוטערס פון שטוב. וועסט מיר אוודאי נישט גלייבן. אבער איך ווייס עס פאר א מציאות. מ'האט געסטראשעט אז מ'וועט ווארפן די קינדער פון די מוסדות.
לאמיר זעהן צי ב' במדבר וועט זיין ווינציגער בלעקבעריס אין ראדני און אין קווינס ישיבה.
לאמיר זעהן צי די מוסדות פון כ"ק אדמו"ר מהרז"ל וועט מאכן א תקנה אז ווער עס האט א קאמפיוטער אין דערהיים קען נישט האבן די קינדער אין זיינע מוסדות. לאמיר זעהן צי ער מאכט נאך דעם עלטערן ברידער. ער מיינט דאך אידישקייט. ניין?
וויפיל אידן זאגן יעדן טאג "כי הם חיינו ואורך ימינו ובהם נהגה יומם ולילה" און עפנען נישט קיין אידיש ספר דורכן יאר.
וופיל אידן זאגן יעדן סלח לנו אבינו כי חטאנו און זיי ווייסן מיטאמאל וואס זיי זאגן, און עס מיינט זיראו.
ממילא זאל מען יעצט נישט זאגן???? אדער זאל מען גיין אין א סטעדיום מיט אלע טשופיקעס הערן א "מוסר" שמועס.
|
|
די קשיא בלייבט נאך אלץ שווער:
פארוואס קען מען נישט מאכן קיין אסיפה מיט אונזערע אידן אין וויליאמסבורג?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 22:22 |
|
| |
ער רעדטש גאר פעסטע דרשות מער ווי אנדערע
שוין לאנגע יארן
אויך לויט ווי מען זאגט
האבן הונדערטער אידן אין קרית יואל ארויסגעשטעלט די קאמפיוטער פון שטוב
און ער ארבעט יעצט אויף וומ "ס
וואו עס איז געווען א מעכטיגע " כינוס" פאר אלע עלטערן מיט גאר ווארימע דרשות
איך האב עס געהערט אויף קול סאטמאר
ממש מוראדיגע דרשות איך האב געלאזט טרערן
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 22:41 |
|
| |
אז דו האסט געלאזט טרערן, מיינט נאכנישט אז דער פראבלעם איז געלעזט.
לאמיר אנכאפן 13 הופער: איז פאראן א איד וואס שעמט זיך ארויסצונעמען זיין בלעקבערי און דאס קוקן אין ביהמ"ד ווייל דיין רבי האט גערעדט דערוועגן??
תוקן על ידי עכטער_חסיד ב- 15/05/2012 22:45:34
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 23:06 |
|
| |
| עכטער_חסיד כתב: |  | אז דו האסט געלאזט טרערן, מיינט נאכנישט אז דער פראבלעם איז געלעזט.
לאמיר אנכאפן 13 הופער: איז פאראן א איד וואס שעמט זיך ארויסצונעמען זיין בלעקבערי און דאס קוקן אין ביהמ"ד ווייל דיין רבי האט גערעדט דערוועגן??
אסאך אינגעלייט שעמען זיך. און עס איז דא פון שוואכערן סארט, וועלכע שעמען זיך נישט. איך גלייב נישט אז ב' במדבר וועט זיך עמיצער אין ראדני מער שעמען ווי א' במדבר צופרי.
תוקן על ידי עכטער_חסיד ב- 15/05/2012 22:45:34
|
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 23:17 |
|
| |
לאנצו"ט
צום ביישפיל חיים הערש ב"ר מענדל ב"ר אהרן שעמט זיך.?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 23:28 |
|
| |
איך רעד נישט פון א יחיד. בכלליות זענען דא אסאך וועלכע האבן ארויסגעווארפן דעם קאמפיוטער פון שטוב, און אסאך נעמען נישט ארויס קיין בלעקבעריס אין בית המדרש.
רעדן העלפט. לית מאן דפליג.
איך וועל דיר זאגן נאך עפעס: רוב ליטווישע אידן וועלכע גייען גיין צום כינוס כלל ישראל, גייען יעצט הערן דאס ערשטע מאל רעדן איבער די הארבקייט פון די טעכנאלאגישע כלים.
רוב סאטמארער אידן, תלמידים פון מהר"א, האבן שוין געהערט הונדערטער דרשות, אזהרות און חיזוק שמועסן איבע דעם. דער רבי דארף נישט טאן קיין תשובת המשקל, ווייל ער איז כסדר ביזי מיט דעם,
אויסערדעם האבן איך שוין ערקלערט מיין מיינונג אז איך ווער נישט מער איבערגענומען ווען נעקסטע רייע צו מיר זיצט איינער מיט א כזית קאפל.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 23:37 |
|
| |
עכטער חסיד אפשר זאגסטו מיר וואס איז די פראבלעם פון בלעקבעריס מער ווי א קאמפיוטער? דער פראבלעם איז ווען ס'איז נישט געפילטערט, אז ס'איז געפילטערט? וויפיל אידן דארפן עס פאר פרנסה, און אויב דארף מען עס נישט מעגן זיי זיך טאקע שעמען (אגב, איך האב ב"ה נישט קיין בלעקבערי וכדו')
במציאות האט מען אויסגעראטן 80 פראצענט קאמפיוטערס פון אידישע הייזער אין קרית יואל, די צוואנציג פראצענט וואס האבן נאך יא איז אויך נאר אונטער די בעטן באהאלטן, און אויב האט די תקנה אויפגעטון פאר דעם איז אויך גוט, שטערט דען אז מען האט א קאמפיוטער אינדערהיים? דער עיקר אז מען זאל עס נישט געבן פאר די קינדער, אויב באהאלט מען עס איז שוין גוט
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 23:37 |
|
| |
לאנצוט
רוב ליטווישע אידן וואס קומען צום כינוס האבן מער ערנסטקייט אין זיך ווי אסאך פון דיינע חברים!
זיי וועלן נישט פאגראמירן א ביהמ"ד שמיני עצרת!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:22 |
|
| |
| וואלןסח כתב: |  | עכטער חסיד אפשר זאגסטו מיר וואס איז די פראבלעם פון בלעקבעריס מער ווי א קאמפיוטער? דער פראבלעם איז ווען ס'איז נישט געפילטערט, אז ס'איז געפילטערט? וויפיל אידן דארפן עס פאר פרנסה, און אויב דארף מען עס נישט מעגן זיי זיך טאקע שעמען (אגב, איך האב ב"ה נישט קיין בלעקבערי וכדו')
במציאות האט מען אויסגעראטן 80 פראצענט קאמפיוטערס פון אידישע הייזער אין קרית יואל, די צוואנציג פראצענט וואס האבן נאך יא איז אויך נאר אונטער די בעטן באהאלטן, און אויב האט די תקנה אויפגעטון פאר דעם איז אויך גוט, שטערט דען אז מען האט א קאמפיוטער אינדערהיים? דער עיקר אז מען זאל עס נישט געבן פאר די קינדער, אויב באהאלט מען עס איז שוין גוט |
|
וואלן ליצנות און אייזיק הערש סטעיטמענטס זאלסטו זאגן אינדערהיים. פאפן דעם עולם קענסטו נישט, אין קרית יואל האלט מען נישט קיין אונטערנעט אונטער די בעטן, והדברים ידועים לכל! ווילסט נישט קומען צום כינוס, איז נישט. אבער זאגן אז דער פראבלעם איז נישט קיין פראבלעם איז שוין פערדעריי אויפן העכסטן דעגרי.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:24 |
|
| |
| לאנצוט כתב: |  | איך רעד נישט פון א יחיד. בכלליות זענען דא אסאך וועלכע האבן ארויסגעווארפן דעם קאמפיוטער פון שטוב, און אסאך נעמען נישט ארויס קיין בלעקבעריס אין בית המדרש.
רעדן העלפט. לית מאן דפליג.
איך וועל דיר זאגן נאך עפעס: רוב ליטווישע אידן וועלכע גייען גיין צום כינוס כלל ישראל, גייען יעצט הערן דאס ערשטע מאל רעדן איבער די הארבקייט פון די טעכנאלאגישע כלים.
רוב סאטמארער אידן, תלמידים פון מהר"א, האבן שוין געהערט הונדערטער דרשות, אזהרות און חיזוק שמועסן איבע דעם. דער רבי דארף נישט טאן קיין תשובת המשקל, ווייל ער איז כסדר ביזי מיט דעם,
אויסערדעם האבן איך שוין ערקלערט מיין מיינונג אז איך ווער נישט מער איבערגענומען ווען נעקסטע רייע צו מיר זיצט איינער מיט א כזית קאפל. |
|
סתם געשאסן א סטעיטמענט פון ארבעל ארויס. ביי די ליטווישע באמאבאדירט מען פונקט אזויפיל מיט דרשות בחומר איסור האינטערנעט ווי דא. איך האלט נישט אז ס'איז ביי א אלגעמיינע לעיקוואדער שטוב איינגעבראכן דער אינטערנעט מער ווי אין וויליאמסבורג.
וועגן דיך איבערנעמען, דיך נעמט גארנישט איבער סיידן אז דו כאפסט אזוינע שלעק ווי יענעם שמיני עצרת.
|
|
|
|
|