בית פורומים כל העולם כולו

וואס קען מען ערווארטן מארגן אין קארט???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/5/2012 21:54 לינק ישיר 

אויך איז ר' דוד ראזענבערג סטעטעס קווא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 21:57 לינק ישיר 

ר' דוד איז נישט בעה"ב פון קיט"ל, ער איז בלויז א מענעדזשער, און אויב זיינע בעלי בתים מאכן אפ אז זיי ווילן אים ווארפן האבן זיי אלע רעכטן דאס צו טוהן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 22:01 לינק ישיר 

דייקן כתב:
ווען צוויי מענטשן טענה'ן אז זיי זענען בעלי בתים אויפן זעלבן פלאץ, קען נישט א ציווילער מענטש נעמען אן איינזייטיגן שטעלונג אן א פסק פון א ריכטער. דער קאונטי האט דאס אויך עטליכע מאל קלארגעשטעלט.

בנוגע דעם טענה אז די קינדער בלייבן אויפן גאס, שטעל איך פאר עטליכע עצות:
נעמען א קעמפ פון חב"ד מיט הרב העכט'ס גענאדע... פארהאנדלען, אדער זיך שטעלן צום דין תורה!.


ווען צוויי מענטשן טענה'ן אז זיי זענען העל הבית אויפן זעלבן פלאץ, באשליסט דער ציווילער בירגער אז ער ווייסט דאך נישט דעם אמת, וועגן דעם געט ער דאס פאר דעם מענעדזשער וואס האט דאס געהאט ביז היינט.

וועגן דיינע עצות פאר די קינדער ווידערהאלט איף מיין שטעלונג אז ס'איז א שאד מ'האט נישט געשיקט צום מיטונג פאריגע וואך דייקן אנשטאט אינדיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 22:07 לינק ישיר 

ווען ער זאל דאס טוהן אין די פוירסט פלעיס, החרשתי. נישט ווייל דעמאלטס קען נישט צד מהר"א האבן די זעלבע טענות, נאר דער עקזעקוטיוו קען פארלאנגען מ'זאל אים ברענגען א קאורט ארדער און ער וועט פאלגן דעם קאורט.

אבער אין אונזער פאל האט זיך ווי באוואוסט אפגעשפילט גאר א צווייטע געשיכטע. דעריבער קום איך צוריק צו מיין ערשטן פונקט אז איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן וויאזוי דער קאונטי קען דאס פארענטפערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 22:10 לינק ישיר 

זייער פשוט. ער האט קודם פרובירט צו ברענגן די זאך צו א שליכטונג ווייל ער האט נישט געדארפט די פרעשור און קאפווייטאג. איינמאל ער האט געזען אז די אהרונים האלטן נישט ביים שליכטן, זיי ווילן אים סתם נוצן פאר א טעראר שטעקן, האט ער באשלאסן אז ער פרובירט מער נישט צו שלום מאכן נאר ער האט געטון וואס ער האט צו טון און געגעבן די פערמיטן פאר די וואס האבן דאס געהאט פאריאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 22:12 לינק ישיר 

פארשטענדליך.

למעשה ביזטו מודה אז האט ער זיך אריינגעלייגט אין קראנקן בעט מיטן שרייבן זיינע ערשטע בריוון?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 22:19 לינק ישיר 

ער האט דאך נישט געברויכט וויסן ווי קראנק איר זענט, און אז עטס ווילטס נאר זען דעם קעמפ פארמאכט. איינמאל ער איז דאס געוואויר געווארן האט ער ארויסגעגעבן זיין פסק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 22:23 לינק ישיר 

וואס קען ער ענטפערן פארן ריכטער פשט פון זיינע ערשטע בריוו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 22:31 לינק ישיר 

די זאליס האבן יא געהאלטן ביים שליכטן?
אדער זיי האבן בלויז געפאכעט ווי אומסיוויליזירטע בוליס "3000 אנע קעמפס!!"
און די צייט וואס די ארונים האבן קיינמאל פארגעשלאגן צו שליסן די קעמפ,
ס"ה האבן די ארונים געזאגט געב אונז די פערמיטס און מיר לאזן יעדעס קינד אריין אנע אויסנאם,
ס'איז זייער מעגליך אז אפי' אויב די זאליס וואלטן בלויז זיך אראפגעזעצט רעדן ווי סיוויליזרטע מענטשן צו זייער אייגן ברודער, און געוויזן גרייטקייט צו ענדיגן דעם 12 יעריגען מחלוקה המכלה מנפש עד בשר,
וואלטן מעגליך די זאליס געהאט "אלע 4 קעמפס" אבער מיט א פראספעקט פון שלום,
דערווייל האבן זיי זיך אויפגעפירט ווי טעראריסטן געבונטעוועט געבריקעט און געשטויסן "3000 קינדער אנע קעמפס!!" נישט געוויזן קיין ברעקל גרייטקייט צו שליכטן דעם סוכסוך,
דאס איז איינע פון די טענות אין געריכט,
אז די קאונטי בעהט זיך פאר 3 חדשים בתחנונים, שליכט דער סיכסוך צווישן זיך,
און דער וואס פייפט זיך אן אין טוט אלעס אין די וועלט זאל דייקא נישט קומען צו קיין שליכטונג דער ווערט גאר באלוינט,
פארוואס זאל א רעכטדענקער מענטש קלערן אז נעקסטעס יאר זאל עס יא קומען צו א שליכטונג ווען דער וואס טעראריזירט און קוויטשעט די העכסטע, נישט דער וואס זוכט א שליכטונג, געווינט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 22:31 לינק ישיר 

איך בין נישט זיין לויער און כ'ווייס נישט וואס ער גייט ענטפערן. אזויפיל גלייב איך אז ער איז נישט סתם קיין נארישער אהרוני, זיין פסק האט א לויער געשריבן און נישט יוסי בראך, און ער האט מן הסתם גענומען אין באטראכט אז די אהרונים וועלן גיין אין קארט אויך, סאו זארג איך מיך נישט פאר אים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 22:33 לינק ישיר 

קראך_היט כתב:
די זאליס האבן יא געהאלטן ביים שליכטן?
אדער זיי האבן בלויז געפאכעט ווי אומסיוויליזירטע בוליס "3000 אנע קעמפס!!"
און די צייט וואס די ארונים האבן קיינמאל פארגעשלאגן צו שליסן די קעמפ,
ס"ה האבן די ארונים געזאגט געב אונז די פערמיטס און מיר לאזן יעדעס קינד אריין אנע אויסנאם,
ס'איז זייער מעגליך אז אפי' אויב די זאליס וואלטן בלויז זיך אראפגעזעצט רעדן ווי סיוויליזרטע מענטשן צו זייער אייגן ברודער, און געוויזן גרייטקייט צו ענדיגן דעם 12 יעריגען מחלוקה המכלה מנפש עד בשר,
וואלטן מעגליך די זאליס געהאט "אלע 4 קעמפס" אבער מיט א פראספעקט פון שלום,
דערווייל האבן זיי זיך אויפגעפירט ווי טעראריסטן געבונטעוועט געבריקעט און געשטויסן "3000 קינדער אנע קעמפס!!" נישט געוויזן קיין ברעקל גרייטקייט צו שליכטן דעם סוכסוך,
דאס איז איינע פון די טענות אין געריכט,
אז די קאונטי בעהט זיך פאר 3 חדשים בתחנונים, שליכט דער סיכסוך צווישן זיך,
און דער וואס פייפט זיך אן אין טוט אלעס אין די וועלט זאל דייקא נישט קומען צו קיין שליכטונג דער ווערט גאר באלוינט,
פארוואס זאל א רעכטדענקער מענטש קלערן אז נעקסטעס יאר זאל עס יא קומען צו א שליכטונג ווען דער וואס טעראריזירט און קוויטשעט די העכסטע, נישט דער וואס זוכט א שליכטונג, געווינט


קענסט נאר שטיין און האפן אז דער קארט זאל אננעמען דיינע היידפארק ארגומענטן. לפנים קוקט דאס אויס ווי א נארישע בעבישע טענה אז די זאליס האבן נישט געוואלט שליכטן נאר דער קאנטי עקזעקעטיוו האט פשוט באשלאסן צו פארקוקן די זאליס אומווילן פון שליכטן, און באשלאסן אז ער גיבט דאס פאר די אלטע בעלי בתים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 22:36 לינק ישיר 

טאקע דאס האב איך פריער געשריבן, אויב די קאונטי וועט זוכן צו בארעכטיגן זיין לעצטע בריוו, וועט ער דארפן פארענטפערן זיינע ערשטע דריי -אקוראט-פארקערטע- בריוו.

אדער וועט ער דארט זיין שטיל, און זאגן דעם ריכטער: יור האנער, זאג מיר וואס איך האב צו טוהן און אזוי וועל איך טוהן!.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 22:36 לינק ישיר 

געלעכטער, מיינע ווערטער גייען ארויף צו איינס פאר דיין לעצטע תגובה, מיט אנטשלדיגונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 22:37 לינק ישיר 

לפענ"ד זאל מען רעקארדירן די היינט נאכטיגע גענעראל פארזאמלונג זייערע און אויפשפילן די אלע ווילדע רעטאריק וואס ווייזט קלאר אז זיי האבן קיין שום פלאן צו פארהאנדלען און עס פארשטעלן מארגן און געריכט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 22:37 לינק ישיר 

און וואס זענען די האפענונגן אז יור האנער וועט זאגן אנדערש פונעם קאנטי לויער'קע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס קען מען ערווארטן מארגן אין קארט???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.