אנדערש פון די ערשטע בריוו אדער אנדערש פון די לעצטע?.
נשלח ב-13/5/2012 22:41
נאכאמאל, ס'איז קלאר אז דער קאונטי האט אין זיין לעצטע בריוו געטוישט שטעלונג ווי אין זיינע ערשטע דריי בריוו. יעצט שטעלט זיך די שאלה וויאזוי דא קען פארענטפערט ווערן, אויב האסטו מיר א קלארן תירוץ וואלט איך דאס הנאה געהאט צו הערן.
נשלח ב-13/5/2012 22:50
דייקן כתב:
ר' דוד איז נישט בעה"ב פון קיט"ל, ער איז בלויז א מענעדזשער, און אויב זיינע בעלי בתים מאכן אפ אז זיי ווילן אים ווארפן האבן זיי אלע רעכטן דאס צו טוהן.
הא..הא..דאס איז דעך ענקער פראבלעם קענען ענק דען אויף ווייזען אז ענק זענען בל הבית אויף קהל יטב לב? קלאר אז נישט ווייל קארט קען זיך נישט מישען ממילא קענען ענק נישט ארויס ווארפען ר/ דוד ראזענבערג
נשלח ב-13/5/2012 22:50
קראך_היט כתב:
לפענ"ד זאל מען רעקארדירן די היינט נאכטיגע גענעראל פארזאמלונג זייערע און אויפשפילן די אלע ווילדע רעטאריק וואס ווייזט קלאר אז זיי האבן קיין שום פלאן צו פארהאנדלען און עס פארשטעלן מארגן און געריכט,
אזוי אויך אויפשפילן יוסי בראך'ס טעיפ פון נעכטן נאכט ווי ער באשולדיגט דעם קאנטי עקזעקטיוו אלס א בלאגויעוויטש נומבער 2.
נשלח ב-13/5/2012 22:59
יאסי בראך האט נישט גערעדט אין ביהמ"ד און נאמען פון קהל, יעדער רעכטדענקער מענטש פארשטייט אז ער איז א לית דין בר נש,
ליתר שאת האלט איך אז קהל זאל טאקע מפייס זיין דעם קאונטי עקזעקיוטיוו און נאמען פון די ראשי הקהלה און דערקלערן אז דער מענטש איז קיינמאל געווען אטאריזירט צו רעדן אין נאמען פון די קהלה
נשלח ב-13/5/2012 23:12
ווען דער נער איז ווען מיינער וואלט איך אויך געזאגט אז ער איז אומאויטאריזירט...
בקיצור אהרונים, איז דא א געווינס מארגן צי נישט? איז דא א האפענונג וואס מ'קען נאך אריינבלאזן אין די אהרונישע עצמות יבשות?
נשלח ב-14/5/2012 16:19
לכאורה אז א נוטראלע רב הרב העכט וואס האט נישט קיין שום שייכות קיין סאטמאר האט אזוי געפאסקענט וועט די דשארדש עס אויכעט אננעמען, בפרט אז די קארט סיסטעם האט שוין געזאגט אז זיי קענען זיך נישט צופיל אריינמישען
נשלח ב-14/5/2012 16:28
אדער קען די קארט פאסקענען נאך שטערקער לטובת מהריי אז איינער איז מוחזק אין א בנין אדער שטח וכדומה אין מקען עס נישט ארויסנעמען אין געריכט פון אים, דארף מען אים ליגאל געבן פערמיטס. וואס דאס וועט אסאך אויפטוען פאר וויליאמסבורג בית מדרש החדש ועוד, בפרט אז אויב נישט בלייבט עס ליידיג
נשלח ב-14/5/2012 16:45
מיר וועלן גיין צום קינות (כינוס) אין די אהרונים וועלן זאגן איכה.
נשלח ב-14/5/2012 17:25
ר' יצחק ראזענבערג האט מיר געזאגט נעכטן ביינאכט אז היינט ערווארט מען נישט קיין שום דעסישאן, דאס וועט העכסט ווארשיינדליך נעמען חדשים ביז א פסק וועט ארויס קומען, אבער נאכן הערן די דרשה פון דעם באקאנטן "אלעס בלייבט ביים אלטן" טיפש, זעט עפעס אויס אז ער האלט אז די אהרונים גייען יא געווינען,
נשלח ב-14/5/2012 17:45
אה. א קלוגער איד דער יצחק. ער טוט אין דעמעדזש קאנטראל, ער מינימיזירט די האפענונגן פון די אהרונים אויס מורא אז זיי וועלן נישט אדורכטראגן דאס ארגסטע.
משהלע וואס יצחק ראזענבערג זאגט ווייס איך שוין. אבער עפעס בוסטו דאך געווען ביזי אז מ'גייט עס יא האבן ווייל די קאונטי גייט זיך אננעמען פאר ענק אין קארט. האט דער קאונטי ענק פארראטן?
נשלח ב-14/5/2012 18:01
איך האב נישט קיין שום השגה וואס עס גייט היינט זיין אין קארט, איך האב נישט גערעדט מיט די לויערס, איך הער נאר יעדענס חלומות אין די מקוה און אין קאווע שטיבל, ר' יצחק האט מן הסתם יא גערעדט צו די לויערס, און ווארשיינדליך זאגט ער זייער חוות דעת, אז היינט גייט גארנישט זיין, ווייל געווענדליך נעמט א קעיס היבשע חדשים ביז א פסק קומט ארויס, אבער פון די קללות פון שאול פערלשטיין און די בכיות פון חיים יצחק מאנדל, זעט עפעס אויס אז זיי זענען נישט רוהיג, עס גיט מיר אביסל חיזוק נאך דעם ביטערן פראסק וואס מיר האבן באקומען די פאריגע וואך פונעם קאנטי עקזעקיוטיוו, I SEE SOME LIGHT AT THE END OF THE TUNNEL.