אלעס האבן זיך די אהרונים פארגעשטעלט, חוץ דאס אז ר' שאול וועט איינמאל פאר אלעמאל קלארשטעלן למי החותמת ולמי הפסולים. ווער וויל טאקע גיין צו דין תורה, און ווער זינגט נאר דעם דין תורה לידל איינמאל מ'פארלירט אין ערכאות אדער נאך א דורכגעפאלענע מסירה.
עס איז צום ערשטן מאל פארעפענטליכט געווארן פארן ציבור איבער די שווערע באמואינגן פון שופט שמידט צו ברענגן דעם סכסוך צו א פשרה, אבער די אהרונים האבן זיך אלץ מתחמק געווען דערפון מיט תירוצים שונים ומשונים. און שוין אפילו נאכן אויפנעמען בוררים זענען זיי נאך קיינמאל נישט אנגעקומען, ניטאמאל פאר א ערשטע זיצונג צו דן זיין וועגן דין תורה.
עס איז ארויסגעברענגט געווארן איבער די יארן פון הליכה לערכאות און שרעקליכע מסירות אויף די גלארייכע סאטמארער אימפעריע פון איבער די וועלט. יעדע סאטמארער קהלה בכל קצוי תבל וואס זיי זענען אדורך מיט די חיות בצורת אדם, די מהרסים ומחריבים, מוסרים ומלשינים.
עס איז דערציילט געווארן איבער די צענדליגער פארהאנדלונגן איינמאל און נאכאמאל, דורך אלע סארט שלוחים און פארשטייער, צו שלום מאכן אין סאטמאר. אבער זיי האבן זיך אלץ אנגעשטויסן אין א ווידערשטאנד מצד ר' אהרן טייטלבוים, וועלכער איז געבליבן מיט די אני אמלוך מענטאליטעט, און איז - אפילו למען השלום - נישט גרייט צו אפטרעטן א משהו.
ספעציעל שוידערליך איז געווען צו הערן די דרשה פון הרה"ח ר' חיים יצחק מאנדל הי"ו, וועלכע האט דערציילט פארן ציבור איבער די שרעקליכע מסירות, פאלנע מלשינות ביי רעגירונג אינסטאנצן און פעדעראלע געריכטן, את הידועים און נאך פילע וועלכע זענען אינם ידועים, וואס דער כת האט אלץ אפגעטון, און ניטאמאל צו געווינען א בילדונג צי צוויי, נאר בלויז רשעות לשם רשעות און טעראר לשם טעראר. אלעס צו ווייזן אז דער מנהיג פון 5 צאנז קארט לעבט נאך.
דער ציבור האט דערהערט דעם ווארימען רוף פון די ראשי מחנינו אז כדי צו קענען ווייטער אנגיין אין דעם שטורעמישן מצב, און כדי די אלע מסירות און רשעות זאלן אונז נישט שאטן, מוזן מיר ארויסברענגן די מאקסימום צאל שטימען ביי די קומענדיגע וואלן. און דעריבער ליגט א פליכט אויף אלע חברי הקהלה והורי התלמידים צו רעגיסטירן הם ובני ביתם.
נאכן כינוס האבן זיך טאקע טויזענטער אידן אנגעשלאסן אין דעם רעגיסטראציע דרייוו, און אויסגעפילט די נויטיגע פארום'ס צו ווערן שטים בארעכטיגט.
אזוי אויך וועלן אין די קומענדיגע טעג די עסקני הקהלה ארומגיין צוזאם נעמען פונעם עולם די פארום'ס, כדי אז אויף JUNE 26, דער וואל טאג, זאלן מיר קענען ארויסברענגן די מאקסימום צאל שטימעס.
 |
|
|