|
|
| נשלח ב-14/5/2012 20:34 |
|
| |
לאמיך דיר זאגן דעם אמת.
ביי מיר איז די דעת תורה פונעם הרה"צ שאפראנער רב, מיט הרה"צ ר' משה בער קויפמאן און הרה"צ ר' אלטר משה גאלדבערגער, הרה"צ איבראנער רב, הרה"צ ר' זלמן לייב פילאפף שליט"א, הרה"צ ר' יואל מארגנשטערן, הרה"צ ר' מאיר יודל טענענבוים, און הרה"צ ר' מאטיל שטיין די זעלבע ווערד.
ביי דיר אבער וואס די אויבנדערמאנטע ערליכע אידן ווייסן גוט וואס איז אמת'דיגע שיטה פון רבי'ן זי"ע פרעג איך היתכן אז מ'נעמט אן נישט זייער דעת תורה?
היתכן אז אויב ס'איז דא אפילו א צד ספק אז מ'פארקריכט פון די שיטה הקדושה, פארוואס איז מען נישט חייש דערצו?
פארוואס איז מען עובר אויף א קום ועשה, ווען מ'קען זאגן שב ואל תעשה, און גיי נישט נאענט צו אן איסור חמור?
איי וועסטו זאגן אז די אינטערנעט איז א געפערליכע מגיפה און מ'מוז פארלעשן דאס פייער, און מ'דארף נישט קוקן אויף די חששות, האסט דאך אן עצה, מאך א כינוס פון די אידן אין וויליאמסבורג, און זיי יוצא ידי שניהם.
פארוואס גייסטו מיט אלע טשופיקעס?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2012 20:56 |
|
| |
דער תירוץ איז: פאליטיק יענה את הכל.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2012 21:23 |
|
| |
כבוד תורתם פון הרבנים הגאונים שליט"א וועלכע זענען קעגן דעם כינוס איז ביי אונז הייליג און טייער. זיי ווערן נישט קיין שלשה רועי בקר, און מיר זאגן זיי נישט קיין עפרא לפומה, און מיר געבן זיי ניטאמאל אריין אין זיבעטן ריפ. די אידן וועלכע זענען סרים לשמעתם פון די חשובע רבנים האבן נישט וואס צו זוכן ביי דעם כינוס.
ווידעראום כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ובית דינו הצדק האבן ארויסגעגעבן חוו"ד אז מ'דארף יא שטיצן און מיטגיין מיטן כינוס, איז דאס מחייב יעדן סאטמארן איד.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2012 21:41 |
|
| |
מיין פראגע איז דאס:
היתכן אז אויב ס'איז דא אפילו א צד ספק אז מ'פארקריכט פון די שיטה הקדושה, פארוואס איז מען נישט חייש דערצו?
פארוואס איז מען עובר אויף א קום ועשה, ווען מ'קען זאגן שב ואל תעשה, און גיי נישט נאענט צו אן איסור חמור?
איי וועסטו זאגן אז די אינטערנעט איז א געפערליכע מגיפה און מ'מוז פארלעשן דאס פייער, און מ'דארף נישט קוקן אויף די חששות, האסט דאך אן עצה, מאך א כינוס פון די אידן אין וויליאמסבורג, און זיי יוצא ידי שניהם.
פארוואס גייסטו מיט אלע טשופיקעס
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2012 21:43 |
|
| |
| לאנצוט כתב: |  | מיין פראגע איז דאס:
היתכן אז אויב ס'איז דא אפילו א צד ספק אז מ'פארקריכט פון די שיטה הקדושה, פארוואס איז מען נישט חייש דערצו?
פארוואס איז מען עובר אויף א קום ועשה, ווען מ'קען זאגן שב ואל תעשה, און גיי נישט נאענט צו אן איסור חמור?
איי וועסטו זאגן אז די אינטערנעט איז א געפערליכע מגיפה און מ'מוז פארלעשן דאס פייער, און מ'דארף נישט קוקן אויף די חששות, האסט דאך אן עצה, מאך א כינוס פון די אידן אין וויליאמסבורג, און זיי יוצא ידי שניהם.
פארוואס גייסטו מיט אלע טשופיקעס |
|
ווייל אזוי האט רבינו שליט"א באשלאסן
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2012 21:48 |
|
| |
זייער גוט און אויך דעם האב איך געזאגט: פאליטיק יענה את הכל.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2012 21:50 |
|
| |
בקיצור, דער אהרויני לאנצעס האט מחליט געווען אז דעם באשליס פון רבינו שליט"א איז פאליטיק און זיין רבי'נס החלטה איז כולו קודש.
דארפסטס אפילו נישט שרייבן, ס'איז מובן פון זיך אליינס אז די האלטסט אזוי
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2012 21:53 |
|
| |
דו טראכסט איין רגע אז איך האלט אז די זאלי קאמפאני האט פארגעסן דעם רבינ'ס שיטה פון התבדלות אז סאטמאר טאר נישט גיין מיט אלע אגודיסטן און טשופיקעס.
ניין. מ'האט נישט פארגעסן. פאליטיק איז פשוט שטערקער.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2012 22:36 |
|
| |
לאנצוס האט מחליט געווען אז שיטת רבינו איז געווען אז מען טאר נישט הערן דרשות וועגן אינטערנעט בשעת אינם זאל זיצן אגודיסטן און לכבוד דעם האט ער שוין מחליט געווען אז מיין רבי מאכט פאליטישע החלטות, זאל אים וואויל באקומען, נישט אזוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2012 22:49 |
|
| |
רוב זאל זענען אגודיסטן. וועמען פאפסטו?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2012 22:51 |
|
| |
ממילא? האט די רבי מברר געווען ווי רוב פאסאדשירן געהערן פאר ער האט געהייסן פארן מיט תולעת יעקב באסעס און נישט מיט די טרעין?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2012 22:53 |
|
| |
נישט רוב זאל זענען אגודיסטן. נאר רוב זענען שטיינמאן חברה, און טשופיקעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2012 22:58 |
|
| |
און דער שוטה וואס ווייסט נישט וואס טוט זיך אין "סאטמאר" ווייסט ווי די 50 טויזענט אידן געהערן.
און לאמיר שוין זאגן אז רוב פונם ציבור דארט גלייבט אז שטיינמאן איז א ת"ח, איז וואס? די פראבלעם מיט טשופיקעס האב איך בכלל נישט דערהערט.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2012 23:02 |
|
| |
אז סאטמארע קינדער זאגן נישט תהלים מיט אנדערע מוסדות קיין שום יאר, פארשטייסטו? אז סאטאמרע אידן לערנען נישט אבות ובנים ווי אלע אנדערע אידן, פארשטייסטו?
דו פארשטייסט אויך ביי דעם כינוס אויך פארוואס רז"ל פילאפף און ר' מנשה פרידמאן פארשטייען זייער גוט אז סאטמאר באלאנגט נישט דארט, נאר פאליטיק איז העכער יעצט. אן קיין וד"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2012 23:19 |
|
| |
איך קען נישט אויפהערן לאכן ווי לאנצו"ט וועלכער איז געווען דער גרעסטער אפלאכער פון התבדלות מיט קנאפ דריי חדשים צוריק, ווען מ'האט געטראפן דעם בער הגדול, און געטראפן א זאק מיט תירוצים פארוואס מ'האט געמעגט באזוכן דעם בער. טרעפט ממש נישט יעצט קיין שום לימוד זכות אויף די שרעקליכע התחברות...
|
|
|
|
|