ברעיקינג: פרישע הליכה לערכאות אן רשות בי"ד דורך כת מוסרים אין אלסטער קאנטי געריכט!
נאך די גרויסע געווינסן ביים קאנטי עקזעקטיוו פאריגע וואך, האבן די כת מוסרים ומלשינים געעפענט היינט א פרישע קלאגע אין אלסטער קאנטי געריכט קעגן די הנהלת הקהלה והקעמפס, און קעגן די קאנטי. דער כת האט פארלאנגט פונעם געריכט א עמערדזשענסי טי.אר.או. מ'זאל איינפרירן אלע פערמיטן פון די קעמפס.
יעצט ווארט מען דער שופט זאל אריינקומען אין געריכט זאל.
פרטים יבאו.
נשלח ב-14/5/2012 21:10
הליכה לערכאות אן רשות פון וועמען?
א נייע תורה... אז מ'גייט קעגן די קאונטי דארף מען רשות פון א בית דין ???
נשלח ב-14/5/2012 21:11
זאל שוין דער אייבישטער רחמנות האבן אויף אינז מזאל ניצל ווערן פון די סבלנים
נשלח ב-14/5/2012 21:12
לאנצוט כתב:
הליכה לערכאות אן רשות פון וועמען?
א נייע תורה... אז מ'גייט קעגן די קאונטי דארף מען רשות פון א בית דין ???
אז דו קענסט נישט ליינען פארריכט דיר די ברילן. איך האב געשריבן קעגן די הנהלת הקהלה והקעמפס.
נשלח ב-14/5/2012 21:14
לאנצוט כתב:
הליכה לערכאות אן רשות פון וועמען?
א נייע תורה...
אז מ'גייט קעגן די קאונטי דארף מען רשות פון א בית דין ???
נאר אקעגן א ווילדיש דארף מען (וואס זיי האבן אבער מזינגט א ניגון אז נישט)
נשלח ב-14/5/2012 21:22
סענעטאר כתב:
הליכה לערכאות אן רשות פון וועמען?
א נייע תורה...
אז מ'גייט קעגן די קאונטי דארף מען רשות פון א בית דין ???
אז דו קענסט נישט ליינען פארריכט דיר די ברילן. איך האב געשריבן קעגן די הנהלת הקהלה והקעמפס.
אין די פאפירן פון דאנערשטאג האב איך געזען אז מ'האט געעפנט א קלאגע קעגן די קאונטי.
זאגסטו יעצט אז ס'איז א נייע קלאגע היינט קעגן די קעמפס?
ברעיקינג? אפשר א אשכול "ברעיקינג היינט איז מאנטיג!"? עס איז שוין נישט קיין ברעיקינג ווען די ארונים גייען אין קארט נאכאמאל און נאכאמאל.
נשלח ב-14/5/2012 21:24
לאנצוט
ענקערע רבנים פון בני ברק האלטן, אז מ'גייט קעגן א קאונטי, ווען א צד שלישי קען ניזוק ווערן דערפון, הייסט עס ערכאות לכל דבר, און עס איז אסור.
נשלח ב-14/5/2012 21:28
יוסף, און דא רעדט מען נישט ווען א צד שלישי ווערט ניזוק. נאר דא האבן זיי פאקטיש אויך געקלאגט די הנהלת הקהילה והקעמפס.
נשלח ב-14/5/2012 21:30
איך רעדט אפילו לשיטתו פון לאנצו"ט אז די קלאגע איז נאר קעגן די קאונטי
נשלח ב-14/5/2012 21:38
געלעכטער כתב:
יוסף, און דא רעדט מען נישט ווען א צד שלישי ווערט ניזוק. נאר דא האבן זיי פאקטיש אויך געקלאגט די הנהלת הקהילה והקעמפס.
די שאלה איז דא קעגן וועמען מ'גייט אין קאורט?
מ'גייט אין קאורט קעגן א גוי'אישע קאונטי.
האסט אפשר געוואלט מ'זאל זיי רופן צו דין תורה? (צו די באראש בית דין)?
נשלח ב-14/5/2012 21:43
מ'האב מיר שוין כמעט א גאנצע תורת לאנצו"ט. ווען מ'מסר'ט צוריקצוכאפן א געגנבטן בנין, איז עס מותר. ווען מ'רופט די קאנטי אין קארט, און מ'לייגט צו די הנהלת הקהלה והקעמפס, דארף מען נישט קיין רשות בית דין.
אבער ווען מ'רופט דעם ווילעדזש אין קאורט, דעמאלס איז עס א איסור חמור עד מאוד.
איך האב עפעס פארפעלט פון די תורת לאנצו"ט?
נשלח ב-14/5/2012 21:46
לאנצי עפען א שלחן ערוך וועסטו אפשר וויסן (אויב די קענסט טייטשן לשון הקודש) וואס דאס מיינט א מסור.
אין שלחן ערוך איז קיין נפק"מ צו מ'קלאגט א איד א גוי צו די רעגירונג, א מסור איז איינער וואס איז מוציא ממון ישראל אדער א איד ווערט ארעסטירט דורך אים דורך ערכאות של עכו"ם.
פארשפארן די קעמפס דורך ערכאות קעגן די קאונטי איז מוציא געווען ממון ישראל ע"י מסירה בלי שום היתר.
תוקן על ידי פריש ב- 14/05/2012 21:47:05
נשלח ב-14/5/2012 21:47
די גאנצע קאורט איז א דזשואק שבדזשאוק.
נשלח ב-14/5/2012 22:50
לאנצו"ט
ענקערע רבנים אין בני ברק שרייבן און א בריוו, אז גיין אין געריכט קעגן א רעגירונג אינסטיטוט, וועט א צד שלישי ווערט ניזוק, איז אסור, און עס איז ערכאות לכל דבר.