בית פורומים אידישע געדאנק

וועלן אונזערע ראשי הקהלה שתדלן פאר בני יואל?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/5/2012 22:46 לינק ישיר 
וועלן אונזערע ראשי הקהלה שתדלן פאר בני יואל?

נאך די דעקלעראציע פון סגן ראש הקהל הרה"ח ר' שאול שליט"א אז אויב רעבארן וועט נישט אינטערשרייבן שטרי ברורין און ער וועט ממשיך זיין מיט די ערכאות של עכו"ם וועט קהל זיך שטעלן אויך אויף די ווייסע שול, וואונדערט מיר אזוי: איך האלט נישט אז קהל וועט קענען ארויסשטעלן רעבארן פון ביהמ"ד ווייל ער איז א מחזיק און די געריכטן מישן זיך נישט ווער ס'איז בעל הבית צווישן הרה"ח ר' יעקב כהנא און דעם מסור הידוע לשימצה בערל פריעדמאן שר"י. (לשיטת האהרוינים, לויט ווי איך גלייב האט הרה"ח ר' יעקב א אויבערהאנט אלס סטאטוס קווא) לאמיר רעדן לשיטתם אז דער מסור און עבריין בערל פריעדמאן שר"י  קען אפהאלטן קהל פון ארויסשטעלן רעבארן, וואס טוט זיך אבער מיט בית רבינו? וועט קהל קענען שטעלן א וויטאו אז בית רבינו קען נישט בלייבן פארשפארט?

לשיטת האהרוינים קען יעדער טון וואס ער וויל און גם לי גם לך לא יהיה, זיי אליינס ווייסן אז איינציגער בעל הבית זענען זיי זעכער נישט. וועלן אונזערע ראשי הקהלה קומען צו הילף פאר די אהרוינים אדער וועלן זיי זאגן ענק האבן קיינמאל נישט געפירט אונזערע מערכות און מיר וועלן נישט פירן ענקערע?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 22:47 לינק ישיר 

ימים ידברו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 22:51 לינק ישיר 

איך גלייב אז די ארונים זענען פולשטענדיג גרייט קעגן די מסירות פון כ"ק אדמו"ר מהרז"ל
בית החיים יוכיח.

מיט אלע התירים צו מסר'ן און גיין אין קאורט צען  מאל, איז עס ליידער דורכגעפאלן.

און איך מוזן נוצן דעם לחש: לא ירעו ולא ישחיתו בלא בלא בלא. (לייען: איך האב געווינען, דו פלאץ).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 22:56 לינק ישיר 

צו די אהרוינים זענען גרייט צו נישט קענסטו נישט זאגן ווייל די פארטרעטסט סך הכל נאר א קליינע חלק פון די אהרוינים. אבער זאג נאר פארוואס איז אהרויני אליינס נישט גרייט? פארוואס צעגערט ער מיט די ביסעלע טינט? איז ער אזוי זיכער אז ער קען גארנישט פארלירן? דערמאנסט מיר דעם ויחזק ד' את לב פרעה.

אגב, דאכט זיך אז דיין טאטע האט במשך די נו"ן יארן אויך געזאגט אז אהרויני איז גרייט, און וויי פאר אזא גרייטקייט, ער האט דערמיט דערלייגט איבער האלב פון סאטמאר און היינט איז ער "איינע" פון די מנהיגים פון סאטמאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 22:57 לינק ישיר 

לאנצו"ט


עס איז קיינעם נישט אונטערסאנט וואס דיין מיינונג איז.


דער וואס וועט זיך דארפן ספראווען מיט די פרישע קאפ וויי, וועט זיך נישט מתייעץ זיין מיט דיר און מיט דיין חבר שלום לאנדא אין יצחק ראזענבערג אין קאקאש אינדיג, אז נישט וועלן זיי אויסקוקן ווי די קעמפ'ס.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2012 23:05 לינק ישיר 

איך רעד פון איבערצייגונג.

די זאליס זענען געגאנגען אין קאורט מערערע מאל איבער'ן בית החיים, און ארויסגעפלויגן יעדעס מאל.
וועסטו מיר זאגן אז זיי האבן נישט פראבירט אלעס.

נאריש אזוי צו זאגן.

איר האט פארלוירן. שוין געהערט אזוינס. 
זיי א גבר. זאג יא איך האב פארלוירן, און איך גיי דאך ווייטער פייטן ביז'ן טויט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 23:16 לינק ישיר 

שרייבסט דארט זיי א גבר


וואס מיינט עס?


איז נישטא דא א חרם זיך באנוצן מיט שפות זרות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2012 00:01 לינק ישיר 

יוסף90
ביטע פארהער דיך נישט מיט מיר.

זייט ווען איז גבר העברעיש?
גבר מיינט א "מענטש".  (טוב לגבר כי ישא עול בנעוריו).


זיי א מענטש און זאג דעם אמת!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 00:03 לינק ישיר 

אבער אויף דעם אויסדריק נוצן עס די ציונים. נישט קיין היימישער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2012 00:05 לינק ישיר 

איך האב א פסוק פון איכה טוב לגבר, אפשר ביי דיר איז איכה העברעיש?

זיי א גבר, מיינט ביי מיר זיי א מענטש.
חמץ, פליז פארהער זיך נישט מיט מיר קיין תנ"ך. ווייל דו וועסט אויסקוקן ווי יוסף90 ביי א פסוק חומש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 00:13 לינק ישיר 

קודם איך וועל מיך מיט דיר יא פארהערן תנ"ך, און אז דו ווילסט אויך ש"ס ופוסקים, און אפילו ספר "לב אהרן".

צווייטנס, צו ניצן דאס ווארט "גבר" ארויסצוברענגען יענער זאל זיין א "שטארקער מענטש" (עפעס אזוי), דאס שטאמט פון די העברעאיש רעדענדע.
און מעגסט מודה זיין על האמת, אפילו ס' פאסט נישט. גראדע ביסטו אלעמאל א נאכגעביגער אינטערעסאנט וואס דו עקשנסטיך יעצט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2012 01:16 לינק ישיר 

הא הא הא הא הא הא האה אהאה אהאהא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 02:43 לינק ישיר 

ס'איז אים שווארץ געווארן פאר דער אויגן ענטפערט ער נישט, ס'איז נישט דער ערשטער מאל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 03:03 לינק ישיר 

חמץ_גמור כתב:
קודם איך וועל מיך מיט דיר יא פארהערן תנ"ך, און אז דו ווילסט אויך ש"ס ופוסקים, און אפילו ספר "לב אהרן".
צווייטנס, צו ניצן דאס ווארט "גבר" ארויסצוברענגען יענער זאל זיין א "שטארקער מענטש" (עפעס אזוי), דאס שטאמט פון די העברעאיש רעדענדע.
און מעגסט מודה זיין על האמת, אפילו ס' פאסט נישט. גראדע ביסטו אלעמאל א נאכגעביגער אינטערעסאנט וואס דו עקשנסטיך יעצט.


זיי א גבר, מיינט ביי מיר: זיי א מענטש. און זיי מודה.
וואס האט דאס מיט העברעיש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 03:59 לינק ישיר 

לאנצו"ט,

גבר איז נישט קיין הברעיש


אבער עס ווענדט זיך ווען מ'זאגט עס



דעם פסוק ווי די האסט ציטירט, וואלט טאקע זייער נוצבאר געווען פאר דיינע בחרו'שע יארן, נישט זייענדיג פוסט שרייבענדיג "פנים אל פנים" בלעטער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2012 17:36 לינק ישיר 

יוסף90
יא העברעיש אדער נישט העברעיש?

נאכאמאל, וואס איז טייטש אתם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וועלן אונזערע ראשי הקהלה שתדלן פאר בני יואל?
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext