| לאנצוט.
ווען א מענטש זאגט א סטעיטמענט דארף ער עס כאטש מאכן אויסזען ווי נארמאל, עס זאל נתקבל ווערן על הלב. דו שיסט סטעיטמענטס און עס אינטערעסירט דיך אפילו נישט אז מען זעט תיכף ווי דאס איז פשוט א שפיל.
דו שרייבסט אזוי: "ער שרייט אז מ'האט געפעלשט די אונטערשריפט פון ר' שמעון ווייס. דאס איז דאך יעצט ביי די דין תורה, לאז זיי זאגן צי ס'איז אמת אדער נישט. די ארונים זענען מעיד פאר'ן בית דין אז ס'איז אמת ויציב, און ר' שמעון ווייס האט דאס אונטערגעשריבן. ווי קומט א יונגאטש און זאגט ס'איז שקר, ווייל ס'איז קעגן מיינע אינטערעסן".
לאמיר דיר ענטפערן 2 זאכן:
ערשטענס, דארף מען נישט זיין קיין חכם צו פארשטיין אז ר' שמעון ווייס האט נישט איבערגעשריבן זיינע סטאקס פאר דעם ראציגן יונגערמאן וואס באלאנגט פאר די אהרונישע פארטיי און איינער וואס האט אים נאכגעשריגן. פאר יעדן וואס איז נאר אביסל באקאנט מיט די סאטמארע היסטאריע איז דאס א דבר פשוט. טא, דריי נישט קיין טשייניק אז דאס האט צו טאן מיטן בית דין מברר צו זיין, ווען דו אוןן דיינע חברים ווייסן אויך אז דאס איז ליגענט! פינטל.
זיי האבן געברענגט עדות קלאר וויאזוי זיין שטוב קוקט אויס, און אז ר' שמעון האט עס אונטערגעשריבן.
איי פרעגסטו פארוואס האט עס ר' שמעון געטאן. אויף דעם קענסטו נישט אפווענדן אן עדות. חוץ אויב דו קענסט זאגן "עמנו היית. דו מוזט האבן באווייזן איידער דו שרייסט שקר. חוץ אויף היידפארק קענסטו פארקויפן לאקשן.
און נאכאמאל, דאס דארף בית דין מברר זיין, ווייל עס איז יעצט פאר זיי.
צווייטענס, האט הגאון רבי אברהם ברוך ראזענבערגער שליט"א אליינס געפרעגט די זעלבע קשיא, אויף וואס זיי האבן אפילו נישט געהאט וואס צו ענטפערן!
זיי האבן יא געענטפערט, אז ר' שמעון האט עס איבערגעשריבן אז עס נישט אוועקגיין פון די איצטיגע בעלים.
נאכדעם שרייבסטו: "צווייטנס זאגט ער אז אין בארא פארק ווילן די ארונים נישט גיין צו דין תורה. מ'זיצט ביי דין תורה דריי יאר, מ'ווארט אויף א פסק, קומט דער לץ פון 70 יאר און זאגט די ארונים שרייבן נישט אונטער. וואס אונטערשרייבן, ווען אונטערשרייבן. וועלכע צעטל פון בית דין וויל מען נישט אונטערשרייבן."
ווייטער דרייסטו דא א דאשיק. דיין בורר זלמן גרויז איז דאך געקומען מיט די טענה אז דאס איז א סכסוך צווישן ציבור פון ביידע צדדים און נישט קיין פריוואטער סכסוך צווישן ר' מענדל שווימער מיט אהרן וועלץ (און דאס האט ער געטאן נישט אנהויב דין תורה, נאר ביים לעצטן דיון ווען ער האט געזען אז דער דין תורה פארט נישט גוט פאר זיין קליענט, טראצדעם וואס דאס האט געוידערט חדשים לאנג און עס האט אפגעקאסט צענדליגער טויזנטער דאלערס!), דערויף האט בית דין פארלאנגט חתימות פון ביידע צדדים כדי צו קענען ארויסגעבן א פסק וואס זאל יעדן מחייב זיין.
שקר. בית דין האט נישט פארלאנגט גארנישט. עס איז א טריק פון דעם צד וואס האט פארשפילט.
ווען בית דין הייסט מוז מען פאלגן. און אז נישט געבן זיי ארויס א פסק אז איך בין א מסרב. דו ווייסט דאס גאנץ גוט.
די זאליס האבן געזען כי כלתה אליהם הרעה, און זיי פארלירן אלצנדיג און קומען ארויס ללעג ולקלס האבן זיי אנגעהויבן א פרישע דין תורה.
אז דו ווילסט רופן דעם קהל, בין איך נישט מסכים אן וויליאמסבורג. פארשטייסט אזא סארט ריזאנינג?!
אזוי ווי ענקער צד ציטערט פון די צאל חתימות און בכלל ווילן זיי נישט קיין פסק ווייל מען וועט אנהייבן צעטיילן די בנינים, האט מען איינגענומען א שטומעניש, און מען שיקט ארויס לאנצוט אויף היידפארק צו לייקענען בכלל אז בית דין האט דאס פארלאנגט. קיינער ציטערט נישט. נאר טייל נישט אפ בארא פארק פון וויליאמסבורג, ווייל אין ווילי האסטו וואס צו פארלירן. לאנצוט איז נישטא קפון קיינעם. לאנצוט פרעגט הארבע פראגעס, וועלכע מאכן צו שאנד צו שפאט דעם ראש הקהל ר' נחום פערלשטיין.
לאמיר זעהן, שרייב אונטער אויף וויליאמסבורג. מיר זענען גרייט היינט. און יעצט גיי שריי ווייטער, שקרן ביז דו וועהסט ווערן הייזעריג.
איך דארף נישט שרייען גארנישט. דער ראש הקהל לייגט אייך צונאר לעיני כל עם ועדה.
|