בית פורומים אידישע געדאנק

דרשה אין ישיבה גדולה ד'סאטמאר איבער דעם כינוס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/5/2012 21:05 לינק ישיר 
דרשה אין ישיבה גדולה ד'סאטמאר איבער דעם כינוס

הגאון רבי נפתלי בלומענפעלד שליט"א מנהל הישיבה גדולה ד'סאטמאר האט נעכטן מאנטאג נאכמיטאג אויפגעטרעטן מיט א דרשה אין היכל הישיבה, ביי וועלכן ער האט געבעטן די בחורים אין נאמען פון רבי'ן שליט"א אז קיינער זאל זיך נישט אננעמען פאר זיין כבוד, אדרבה, דאס איז דער גרעסטער כבוד אויב מען לאזט אן אנדערן רב זאגן זיין דעת תורה!


דער מנהל האט ארויסגעברענגט אז כך דרכה של תורה זה בונה וזה סותר, און מיר זוכען אויף קיינעם נישט ארויפצואווינגען קיין מיינונג, יעדער רב בפרט א תלמיד פון רביה"ק זי"ע האט די רעכט ארויסצוזאגן זיין דעת תורה אן קיין פחד.

בנוגע דאס גיין פון בחורים, האט דער מנהל קלארגעשטעלט אז מטעם הישיבה שיקט מען נישט קיין בחורים צוליב דעם גרויסן אחריות, אבער א טאטע וואס פילט פאר וויכטיג אטז זיין בחור זאל גיין וועט עס ערלויבט ווערן מטעם ההנהלה.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 21:13 לינק ישיר 

העתקה פון דעם זינטאג:

" 
אגוטן פורים, דער כינוס טוט דאך נישט אנווערן זיין פארשימלטע גניבה און וומ"ב,
ווארט נאר ווארט אויף היינט נאכט, ווי מ'גייט דיסקוסירן די גניבה,
וועט זיך ארויסשיילן די הערליכע נועם המידות,
אוי גייט זיך דארט גיסן צואה רותחות אויף אייגענע ברודער אנשים אחים
מ'העט זיי פארווארפן פון ביידע וועלטן, ואין להם תקומה לעולם,
זיי זענען ווי בין-לאדין און אל-קאידא און מ'טאר חלילה נישט פארהאנדלען,
נאר זיך גראזשען און בייסן עד ביאת הגואל

וויזוי זאגסטו נאר?

"ווייל עס ווייזט וויאזוי אן אמת'ער מנהיג ישראל דארף זיך צו פירן!"

"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 21:13 לינק ישיר 

רב הסוער


איך פארשטיי דיין ווייטאג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 21:16 לינק ישיר 

יעדער דארף פאלגן דעם דעת תורה פון זיין מנהיג רוחני ומורה דרך


דער אמאליגער מהלך פון "זיין מיינונג איז קיין מיינונג" עקזיסטירט שוין ב"ה נישט היינט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 21:22 לינק ישיר 

לעצטע ווארענונג: א ניק וואס וועט פארדרייען א אשכול וועט נחסם ווערן אן קיין שום מעלדונג בעפאר! 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2012 21:31 לינק ישיר 

די קעגנער שרייען אבער אז א סאטמארע איד טאר נישט גיין בשום אופן

און עס איז א חורבן הדת

דאס הייסט אז מהרז "ל 'ס מיינונג איז ביי זיי גארנישט



דאהי ווען רבנים זענען אזוי צוטיילט אויף א נושא מקצה אל הקצה

הייסט עס יום טוב אינדערוואכן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 21:37 לינק ישיר 

כבודם במקומם מונח!


רוב רבנים תלמידי רביה"ק זי"ע האלטן אז עס איז הצלת הדורות, געווענליך מוז דער מיעוט זיך צושטעלן צום רוב, בפרט אז מען האט דן געווען צוזאמען, נישט אז יעדער האט אפגעמאכט ביי זיך פריוואט א מיינונג.

אבער מיט דעם אלעם, האט מען קיינעם פון די מתנגדי הכינוס נישט אויסגעבראכן די פענסטער אד"ג צוליב זאגן זיין אייגענעם מיינונג. און דאס איז דער דרך התורה!

דאס ווייזט אויף א "הנהגת התורה"! (יא, איך ווייס אז נישט יעדן שמעקט דעם אויסדרוק, והדברים ידועים).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 21:59 לינק ישיר 

דאס אז מען האט נישט געבראכן פענסטער

איז נישט קיין חידוש



ערשטנס

ווייל עס איז א מחלוקה וואס הייבט זיך הערשט אן



צווייטנס

ווייל דאס הערט מען שוין נישט באלד  20 יאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 22:09 לינק ישיר 

איך האב ערשט נישט לאנג צוריק געהערט ווי מען האט געשלאגן און נאכגעלאפן אין דער גאס מענטשן וואס האבן חתונה געהאט אין א זאל וואו דיין רבי האט נישט מסדר קידושין געווען. אזוי אויך האט מען כסדר טעראריזירט אויפן טעלעפאן מיט די נידריגסטע לשונות וואס פאסט טאקע נאר פאר אינטערנעט באנוצער!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 22:11 לינק ישיר 

און להוי ידוע לך, אז עס איז בכלל נישטא קיין מחלוקת. אז א רב זאגט אן אנדערע דעת תורה קומט זיך אים קלעפ?


דער חילוק איז נאר וויאזוי מען באהאנדעלט עס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 22:14 לינק ישיר 

אישור זאג עס נאכאמאל, לאמיר הערן אויב אין קרית יואל ברעכט מען נישט קיין פענסטער און מען שניידט נישט אינעם זיבעטע ריפ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 22:24 לינק ישיר 

פאשקעוויל איז יא דא פון אלע זייטן

איך האב גערעדט פון ברעכן פענסטער פון רבנים

דאס איז שוין נישט דא 20 יאר לכאורה

ממילא איז נישט א חידוש אז מען טוט דאס נישט יעצט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 22:24 לינק ישיר 

פארוואס ווען איינער טראגט שבת קודש מיט'ן עירוב וואס זיין רב האט מתיר געווען, פארוואס שרייט מען אים נאך, פארוואס דרייט מען איבער קערעדזשעס?

פארוואס איז נישט יענער איד בארעכטיגט צו פאלגן דעם היתר פון זיין רב?

וואסי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 22:40 לינק ישיר 

ווען א איד גייט אין דער גאס און זעט איינעם טראגן שבת אוןעס טוט אים וויי, איז עס נאטורליך אז ער גיט ארויס זיין ווייטאג. פארשטייט זיך נישט אנרירן יענעם און נישט נאכלויפן אין די גאסן.


נאכצולויפן א יונג קאפל אין די גאסן און זיי שלאגן, איז בכלל נישט קיין פארגלייך.

אויסער דעם, האבן זיי חתונה געהאט כדת וכדין.

דער עירוב – אויסער דעם וואס קיינער ווייסט נישט וואו עס איז — איז אבער רוב מנין ובנין פון די רבני העיר וואס שרייען אז עס איז נישט מעגליך צו מאכן אן עירוב אין שטאט!

אדרבה, זאג דו מיר וויפיל רבני העיר האלטן אין קרית יואל אז מען טאר נישט מסדר קידושין זיין אין בני יואל אן רשות פון דיין רבין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 22:41 לינק ישיר 

ווען האט מען איבערגעדרייט קערידזשעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 22:42 לינק ישיר 

אינטער.
דו ווייסט נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דרשה אין ישיבה גדולה ד'סאטמאר איבער דעם כינוס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext