|
|
| נשלח ב-15/5/2012 22:45 |
|
| |
און ווען עמיצער האט געטאן אזא זאך איז עס אן עולה וואס קיינער בארעכטיגט נישט!
קיין שום רב האט זיך נישט אויפגעשטעלט זאגן, "מיר האבן א ישיבה" און "ערגעץ אנדערש וואלט מען געשריגן כהנים ארויס" וכו' וכו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 22:45 |
|
| |
ניין!
האסט עס באקומען אין אישי פון א הויכראנגיגער שבת שרייער וואס האט דיך געזאגט אז ער האט א קליפ, און ווען די צייט וועט קומען וועט ער עס פארעפענטליכן?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 22:49 |
|
| |
| עכטער_חסיד כתב: |  | | ווען א איד גייט אין דער גאס און זעט איינעם טראגן שבת אוןעס טוט אים וויי, איז עס נאטורליך אז ער גיט ארויס זיין ווייטאג. פארשטייט זיך נישט אנרירן יענעם און נישט נאכלויפן אין די גאסן.
וואס הייסט עס טוט דיר וויי. יענעמ'ס רב האט עס מתיר געווען. מ'וועט דיך נישט שמייסן דערפאר. דו שרייסט אים נאך נאר וועגן פאליטיק. די תורה גיט דיר נישט קיין רעכט צו מוחה זיין אויף יענעם פאר פאליטיק.
נאכצולויפן א יונג קאפל אין די גאסן און זיי שלאגן, איז בכלל נישט קיין פארגלייך.
און נאכלויפן פרויען איז יא א פארגלייך?
אויסער דעם, האבן זיי חתונה געהאט כדת וכדין.
דאס איז דער נידון דא. נישא אזוי? לויט'ן רבי'ן זי"ע איז עס אביסל אנדערש ווי דו זאגסט. א חוץ אז דא איז דעם רבינ'ס ווערטער נישט מאסגעבנד, ווייל מיין יצר הרע הייסט אנדערש. אקעי.
דער עירוב – אויסער דעם וואס קיינער ווייסט נישט וואו עס איז — איז אבער רוב מנין ובנין פון די רבני העיר וואס שרייען אז עס איז נישט מעגליך צו מאכן אן עירוב אין שטאט! דער רב וואס איז מתיר, ווייסט יא. וואס איז דיין געשעפט פארוואס יענער רב פאלגט זיין רב און נישט דיין רב.
געוואלד. יענער רב וואס קען נאך אזויפיל לערנען וויפיל דיין רב, זאגט אז מ'קען יא מאכן א עירוב לכל הדעות. קיינער האט דיר נישט געהייסן טראגן.
אדרבה, זאג דו מיר וויפיל רבני העיר האלטן אין קרית יואל אז מען טאר נישט מסדר קידושין זיין אין בני יואל אן רשות פון דיין רבין?
וואו קומט דא אריין "רבני העיר". וויליאמסבורג איז קיינעמ'ס שטאט.
קרית יואל האט א דומ"ץ דמתא פאר בערך 37 יאר. קענסט אים נישט מאכן אויס, ווייל דיין פאליטיק שמעקט נישט.
-
|
|
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 22:55 |
|
| |
אה לאנצו"ט
ענטפער טאקע
פארוואס אין קרית יואל מעג מען נאכשרייען יונגע קאפלעך
און אין וומ"ס ביים עירוב, איז עס פונט ווי מאשין מצות, וואס מ'טאר נישט נאכשרייען קיינעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 22:58 |
|
| |
לאנצוט
קיינער בארעכטיגט נישט נאכצולויפן פרויען, און דו ווייסט עס גאנץ גוט. ,קרית יואל האט לשיטתכם א רב וואס איז באלעבאס, און וואס עס שמעקט אים נישט שטעלט ער אָפּ, נו פארוואס לאזט ער נאכלויפן יוגנע קאפלעך אין דער גאס?
ווידעראום וומס"ב איז א גרויסע שטאט.
און בנוגע סידור קידושין איז אזוי: דער רבי שרייבט בנוגע א רב אין שטאט, למעשה איז דיין רבי נישט מרא דאתרא פאר די קהילות וואס האבן זיך אפגעטיילט פון אים. עס זענען דא היינט 2 קהילות וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות מיט זיין קהילה, און האבן אלע צרכי קהילה פאר זיך. דעריבער איז ער נישט בארעכטיגט צו באלעבאטעווען אויף זיי.
און בנוגע רבני העיר: יעדע שטאט גייט מען לויט רוב. רוב רובו פון רבני וומס"ב זענען קעגן עירוב.
און דאס זעלבע איז מיט קרית יואל. דער ק"י דיין איז דיין פאר זיין קהילה, ווילאנג יעדער איז געווען אונטער די קהילה איז ער געווען איבער יעדן, יעצט אז די אנדערע 2 קהילות האבן בכלל נישט קיין שייכות צו זיין קהילה, זענען זיי נישט כפוף צו אים.
און איך פארשטיי גאנץ גוט פארוואס דו ווילסט זיך נישט באציען צו "רוב רבני העיר"...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 22:58 |
|
| |
| יוסף90 כתב: |  | אה לאנצו"ט
ענטפער טאקע
פארוואס אין קרית יואל מעג מען נאכשרייען יונגע קאפלעך
לאנצוט איז דערקעגן דאס נאכשרייען אין קרית יואל.
און אין וומ"ס ביים עירוב, איז עס פונט ווי מאשין מצות, וואס מ'טאר נישט נאכשרייען קיינעם.
מ'טאר אין ערגעץ נישט נאכשרייען. מיינע קינדער האב איך אייביג אנגעזאגט חלילה קיינעם נישט נאכשרייען און נישט טאן קיין שום אלומות ח"ו. ב"ה אז זיי זענען טאקע קיינמאל נישט אינוואלוולד געווען אין די סארט זאכן.
|
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 23:08 |
|
| |
| עכטער_חסיד כתב: |  | | ווען א איד גייט אין דער גאס און זעט איינעם טראגן שבת אוןעס טוט אים וויי, איז עס נאטורליך אז ער גיט ארויס זיין ווייטאג. פארשטייט זיך נישט אנרירן יענעם און נישט נאכלויפן אין די גאסן.
נאכצולויפן א יונג קאפל אין די גאסן און זיי שלאגן, איז בכלל נישט קיין פארגלייך.
|
|
דו ביסט בלינד אדער דו וואוינסט אין אן אנדערע פלאנעט? דיינע בחור'לעך לויפן נישט בחורים (און בעיקר) נשים שבת, פארן חטא פון פאלגן זייער רב? דיינע בחורליך צוברעכן נישט קיין קערידשעס שבת? דיינע בחור'לעך האבן נישט געמאכט דעם פראטעסט אויף היוז?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 23:13 |
|
| |
דער עירוב איז אויף א רשות הרבים און בארירט די גאנצע שטאט, איך וויל נישט מיט דעם פארענטפערן דיינע ליגענטס, זשאסט חומר למחשבה
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 23:13 |
|
| |
לאנצו"ט
וואס פלעגט נאכשרייען אלס בחור צוזאמען מיט מיילעך דייטש אומשולדיגע מענטשן אין קרית יואל
לאנצו"ט וואס האט שבועות אריינגעשריגן ביים סאטמאר רבי שליט"א'ס קרעפל פשעטל
לאנצו"ט וואס האט צוזאמען מיט מנחם ליבערמאן פון מאנטרעאל נאכגעשריגן סאטמאער רבי שליט"א אין גאס
לאנצו"ט וואס האט אויסגעטיילט שווערע אין ביטערע צרות פאר הונדערטער אומשולדיגע אידן
דער צוגאנער שרייבט יעצט בתמימות אז ער האט אנגעזאגט זיינע קינדער אז זיי זאל נישט גיין במסורת אבות.
נו, ביסט אויך עובר אויפן דברי חיים אינעם יטב לב וואס זיי האלטן אז מ'דארף גיין במסורת אבות?
תוקן על ידי יוסף90 ב- 15/05/2012 23:15:05
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 23:36 |
|
| |
| יוסף90 כתב: |  | לאנצו"ט
וואס פלעגט נאכשרייען אלס בחור צוזאמען מיט מיילעך דייטש אומשולדיגע מענטשן אין קרית יואל
לאנצו"ט וואס האט שבועות אריינגעשריגן ביים סאטמאר רבי שליט"א'ס קרעפל פשעטל
לאנצו"ט וואס האט צוזאמען מיט מנחם ליבערמאן פון מאנטרעאל נאכגעשריגן סאטמאער רבי שליט"א אין גאס
לאנצו"ט וואס האט אויסגעטיילט שווערע אין ביטערע צרות פאר הונדערטער אומשולדיגע אידן
דער צוגאנער שרייבט יעצט בתמימות אז ער האט אנגעזאגט זיינע קינדער אז זיי זאל נישט גיין במסורת אבות.
נו, ביסט אויך עובר אויפן דברי חיים אינעם יטב לב וואס זיי האלטן אז מ'דארף גיין במסורת אבות?
?
תוקן על ידי יוסף90 ב- 15/05/2012 23:15:05
|
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 23:39 |
|
| |
ריפל
פון וואו האב איך בחורים?
לויט ווי ענק פארקויפן דאט כסדר האבן מיר נישט קיין בחורים.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 23:44 |
|
| |
גערעכט, תיקון טעות. חיות רעות
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 23:56 |
|
| |
אינטערעסאנט ווי דער עולם לאזט זיך דא נאכשלעפן פון לאנצו"ט'ס ספינעריי. עכטער חסיד האט זייער פיין געשריבן אנפאנג פון דעם אשכול, אז ווען ס'דא א חילוקי דעות צווישן רבנים דארף זיך דער מיעוט צושטעלן צום רוב, און היות רוב תלמידי רבינו האלטן ביי דעם כינוס אז מ'דארף יא גיין, דארף זיך דער מיעוט צושטעלן. אבער אפילו אז זיי ווילן זיך נישט צושטעלן זענען זיי בארעכטיגט ווייל יעדער רב האט זיין מיינונג, מ'רעדט אויף וויפיל עס איז נוגע פארן ציבור.
משא"כ ביים עירוב איז ניטאמאל דא א מיעוט רבני העיר וואס זאגן אז עס איז בכלל דא א עירוב, ממילא זענען די טראגע פראסטע פורצי גדר, מעג יעדער איד אויסשרייען זיין וויי געשריי.
יעצט וועגן נאכלויפן ווייבלעך. די טענה איז שוין אויסגעדראשן און אויסגעוועפט. עס זענען נאך ביזדערווייל נישט אפירגעקומען קיין איין עד נאמן חוץ אפאר היידפארק שרייבער וואס זאל זאגן אז בעיני ראיתי ווי מ'לויפט נאך פרויען. אדער לכל הפחות א פאליס רעפארט אז מ'האט אמאל געשלאגן א פרוי. דעריבער איז עס בכלל נישט אקטועל.
ווידערמאל די פארפעלקער אין קרית יואל האט דער בלאט אפיציעל געפרעדיגט (יא, דער עולם פארגעסט, אבער ביז נישט לאנג צוריק איז דאס געווען א וועכענטליכע ערשיינונג. היינט צוטאגס שעמען זיי זיך שוין אליינס דערמיט) מיט נעמען און בילדער פון די פארפעלקער רח"ל. פאשקעווילן זענען געפלויגן יעדן שני וחמישי, בנציון לאוב האט אפיציעל זיך אויפגעשטעלט אויפן ארון הקודש רעדן דאס הארבסטע, און צענדליגער עדים האבן געזען מיט די אויגן ווי מ'פייניגט פאקטיש די פארפעלקער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2012 23:58 |
|
| |
געלעכטער.
ווי אלעמאל, האסטו זייער גוט ארויסגעברעגנט דעם פוינט.
יישר כח.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:01 |
|
| |
אז מרעדט שוין דא פון די סידור קידושין און די כינוס
פארוואס ביי די סידור קידושין
איז ר ' משה יעקב טייטלבוים געווען דא אזוי אנגענומען
און יעצט שרייבט געלעכטער אזוי מיאוס אויף אים ?
|
|
|
|
|