|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:07 |
|
| |
אנגענומען ביי וועמען?
מען האט אים שוין ארויסגעיאגט מיט א צייט צוריק אויך פון ביהמ"ד הגדול ויוא"מ דקהל יטב לב קרית יואל
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:09 |
|
| |
ווער שרייבט מיאוס אויף אים? פונקט דאס פארקערטע. ער איז דעמאלס געווען א צדיק יסוד עולם, און יעצט - מיטשטייענדיג מיט ר' אהרן - איז ער ווייטער א צדיק יסוד עולם.
צוריק צום נושא ביטע.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:12 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | אינטערעסאנט ווי דער עולם לאזט זיך דא נאכשלעפן פון לאנצו"ט'ס ספינעריי. עכטער חסיד האט זייער פיין געשריבן אנפאנג פון דעם אשכול, אז ווען ס'דא א חילוקי דעות צווישן רבנים דארף זיך דער מיעוט צושטעלן צום רוב, און היות רוב תלמידי רבינו האלטן ביי דעם כינוס אז מ'דארף יא גיין, דארף זיך דער מיעוט צושטעלן. אבער אפילו אז זיי ווילן זיך נישט צושטעלן זענען זיי בארעכטיגט ווייל יעדער רב האט זיין מיינונג, מ'רעדט אויף וויפיל עס איז נוגע פארן ציבור.
משא"כ ביים עירוב איז ניטאמאל דא א מיעוט רבני העיר וואס זאגן אז עס איז בכלל דא א עירוב, ממילא זענען די טראגע פראסטע פורצי גדר, מעג יעדער איד אויסשרייען זיין וויי געשריי.
-איך ווייס נישט וועלכע תורה איר האט. וואס מיינט רבני העיר און וואס מיינט רוב רבני העיר.
אז א אינגערמאנטשינקל עפענט זיך אן א שול האט און מיטאמאל קיין הוראה, איז ער עפעס רבני העיר, ווייל ער האט שיפע טאשן?
האט ר' יעקב זיידע עפעס אן אחריות זיך צו רעכנען מיט דומ"ץ סאטמאר? פארוואס און פארווען? און וועלכע תורה שטייט עס?
טאר נישט וויענער עסן מאשין מצות ווייל ביי סאטמארערע איז עס חמץ גמור?
טאר נישט וויזניץ מאכן מלאכות פאר זמן ר"ת ווייל זיי זענען א מועט. עס קומט אן אן עם הארץ און מאכט דא א גאנצע "מקום שנהגו". דא איז נישטא אזא סארט הלכה. לויט די רבנים המתירים איז דער עירוב כשר וישר, און לויט זיי מעג מען טראגן. רבני העיר איז גוט פאר א ליסטע פאר וועמען צו פארקויפן חמץ. קיינער האט נישט קיין התשעבדות צו זיי, ווייל קיינער האט זיי נישט אויפגענומען אלס "רבני העיר".
יעצט וועגן נאכלויפן ווייבלעך. די טענה איז שוין אויסגעדראשן און אויסגעוועפט.
עס זענען געווען עדות דערויף.
עס זענען נאך ביזדערווייל נישט אפירגעקומען קיין איין עד נאמן חוץ אפאר היידפארק שרייבער וואס זאל זאגן אז בעיני ראיתי ווי מ'לויפט נאך פרויען. אדער לכל הפחות א פאליס רעפארט אז מ'האט אמאל געשלאגן א פרוי.
עס איז יא געווען פאליס רעפארטס, אבער די שלעגער זענען אנטלאפן.
דעריבער איז עס בכלל נישט אקטועל. ווידערמאל די פארפעלקער אין קרית יואל האט דער בלאט אפיציעל געפרעדיגט (יא, דער עולם פארגעסט, אבער ביז נישט לאנג צוריק איז דאס געווען א וועכענטליכע ערשיינונג. היינט צוטאגס שעמען זיי זיך שוין אליינס דערמיט) מיט נעמען און בילדער פון די פארפעלקער רח"ל. פאשקעווילן זענען געפלויגן יעדן שני וחמישי, בנציון לאוב האט אפיציעל זיך אויפגעשטעלט אויפן ארון הקודש רעדן דאס הארבסטע, און צענדליגער עדים האבן געזען מיט די אויגן ווי מ'פייניגט פאקטיש די פארפעלקער.
לאנצוט האט שוין דערקלערט אז ער איז קעגן יעדע סארט מעשי אלומות. סיי אין קרית יואל, און סיי אין וויליאמסבורג.
ביי מיר עקזעסטירט נישט דער "הא לן והא להו". לאנצוט איז נישט קיין היפאקריט.
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:16 |
|
| |
לאנצוט
דער חילוק פון וומס"ב און ק"י איז פשוט: אין ק"י איז דא אן אזויגערופענער רב וואס פרעטענדירט צו באלעבאטעווען אויף די גאנצע שטאט, און יעדע זאך וואס פאליטיש איז עס נישט לרוחו, דרוקט ער אונטער, און ער נוצט דערפאר זיין באהערדע.
אין וומס"ב איז דאס נישטא פונקט ווי אין קיין שום שטאט.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:28 |
|
| |
לאנצוט, ס'איז לעכערליך זיך אריינצולאזן מיט דיר אין א פארהער וועגן דעם עירוב, ווייל עס איז סייווי באקאנט די פאקטן פאר יעדן, און איך בין נישט אין די גוסטע צו הערן קיין פריש פאבריצירטע לאנצו"ט פאקטן. איין פראגע נאר: איז דא א בריוו פון ר' יעקב זיידא ווי ער איז מתיר דעם עירוב? איך האב מורא דו מישט דיך אויס מיט דער שטערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:29 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | | לאנצוט, ס'איז לעכערליך זיך אריינצולאזן מיט דיר אין א פארהער וועגן דעם עירוב, ווייל עס איז סייווי באקאנט די פאקטן פאר יעדן, און איך בין נישט אין די גוסטע צו הערן קיין פריש פאבריצירטע לאנצו"ט פאקטן. איין פראגע נאר: איז דא א בריוו פון ר' יעקב זיידא ווי ער איז מתיר דעם עירוב? איך האב מורא דו מישט דיך אויס מיט דער שטערן. |
|
ער איז מתיר דעם עירוב פאר זיין קהלה.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:34 |
|
| |
דארף איך גלייבן יעצט לאנצו"ט פון היידפארק. אפשר ברענגסטו מיר א צעטיל?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:38 |
|
| |
איך ווייס בבירור אז ער איז מתיר, צי ער איז אונטערגעשריבן ווייס איך נישט, און עס מאכט בכלל נישט אויס. פינקט ווי דער בעלזער דיין איז מתיר און כ'האב נישט געזען קיין צעטל פון אים.
צי וואס דארפן מיר זיך טענה'ן איבער שטותים.
איך האב דיך געפרעגט דאס: ביטע ענטפער אויב דו האסט וואס.
טאר נישט וויענער אידן עסן מאשין מצות ווייל ביי סאטמארע אידן איז עס חמץ גמור? יא אדער ניין?
טאר נישט וויזניצער אידן מאכן מלאכות פאר זמן ר"ת ווייל זיי זענען א מועט אין די שטאט? יא אדער ניין?
עס קומט אן אן עם הארץ און מאכט דא א גאנצע "מקום שנהגו". דא איז נישטא אזא סארט הלכה. לויט די רבנים המתירים איז דער עירוב כשר וישר, און לויט זיי מעג מען טראגן. רבני העיר איז גוט פאר א ליסטע פאר וועמען צו פארקויפן חמץ. קיינער האט נישט קיין התשעבדות צו זיי, ווייל קיינער האט זיי נישט אויפגענומען אלס "רבני העיר".
ביטע ענטפער צו דער זאך.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 01:30 |
|
| |
| הדלקה כתב: |  | | דער עירוב איז אויף א רשות הרבים און בארירט די גאנצע שטאט, איך וויל נישט מיט דעם פארענטפערן דיינע ליגענטס, זשאסט חומר למחשבה |
|
נו וואס איז? לויט זיינע רבנים איז עס נישט קיין רשות הרבים, ער מעג טראגן. פינקט ווי א וויזניצער חסיד פארט מיט זיין קאר ווען ביי מיר איז נאך שבת קודש. און עסט מוצאי יום הקודש ווען ביי מיר מוז מען נאך פאסטן.
וואספארא תירוץ איז דאס אז עס בארירט מיך. זיין רב זאגט אז ס'איז מותר מעג ער טראגן. און דיין רב זאגט ס'איז אסור, סאו טראג נישט.
דער תירוץ איז נאכאמאל און נאכאמאל: הא לן והא להו !
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 01:38 |
|
| |
עירוב א ער עירוב א אין
לאנצוט ווייסט נישט אז אין קרית יואל שרייט מען נאך ווייבער
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 01:52 |
|
| |
יוסף90, איך שעם זיך נישט צו זאגן אז אין בין דערקעגן.
פארוואס אבער גילט ביי אייך דער "הא לן והא להו".
פארוואס איז נישט יעדער רב בארעכטיגט צו זאגן זיין מיינונג בדבר הלכה. למה?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 02:01 |
|
| |
נאך 60 יאר וואס וואש ערליכע אידן וואוינען אין וומס"ב, וויל מען איינפירן אזא זאך, גייט אריין אין "כל המשנה ידו על התחתונה"!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 02:16 |
|
| |
איינפירן? מ'מאכט אן עירוב כדת וכדין (איך טראג טאקע נישט דערמיט) אבער די וועלכע האלטן אז ס'איז מותר, האבן אלע רעכטן צו טראגן, וויאזוי די תורה ערלויבט.
אז עס שמעקט דיר נישט, טראג נישט.
קיינער איז נישט באלעבאס אויף וויליאמסבורג. עס איז נישטא דא קיין דייני ורבני העיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 02:19 |
|
| |
דער פאפא רב זצ"ל האט בשעצו געגעבן א בריוו לטובת אן עירוב און ער האט צוריקגעצויגן הערנדיג אז רביה"ק איז דערקעגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 02:22 |
|
| |
אז פאפא'ער רב האט זיך נוהג געווען עפעס לפנים משורת הדין, איז נישט טייטש אז דער היינטיגער פאפא'ער רב טאר נישט אזוי טאן.
וויליאמסבורג און בארא פארק מעגן האבן אן עירוב, ווייל די שטעט האבן נישט קיין רב, און אויב אידן הערן זיך צו, צו א דעת תורה פון א מורה הוראה בישראל און פאלגן זיין פסק, איז נישט פאראן קיין היתר זיי נאכצושרייען.
נאכשרייען דארף מען איינעם וואס רעדט ביים דאווענען און ביי קריאת התורה, ווי ס'איז נישט פאראן קיין היתר.
|
|
|
|
|