בית פורומים אידישע געדאנק

סידור קידושין אין קרית יואל און דער כינוס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/5/2012 21:34 לינק ישיר 
סידור קידושין אין קרית יואל און דער כינוס

די אהרונים זענען פלוצלינג געווארן פייערדיגע אנהענגער פון כ"ק הגה"צ אבדק"ק שאפראן שליט"א וועלכער האט געזאגט זיין דעת תורה קעגן דעם כינוס. זיי זענען ביזי אז דער שאפראנער רב שליט"א פון די חשוב'ע תלמידים פון רביה"ק זי"ע האלט פונקט ווי זייער רבי אז מען טאר נישט גיין צום כינוס.


וויל איך זיי פרעגן: גייט מען יעצט אראפנעמען די חרמות וקונמות קעגן שאפראנער רב שליט"א פאר זיין מסדר קידושין זיין אין קרית יואל שלא ברשות ה[געוועזענער] מרא דאתרא?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 22:36 לינק ישיר 

עכטער
שטארק איבערגעטריבן.
איך האלט נישט אז איין ארוני גייט יעצט דאווענען אין שאפראן, אדער אריינלייגן זיינע קינדער אין שאפראן.

איך האלט אויך נישט אז איין ארוני האלט דעם שאפראנער פאר א קלענערע שונא פאר ר' אהרן. ער איז פערצופאל נישט אזא היפאקריט ווי זיין מחותן, וואס וועט פאר פאליטיק טרעטן אויפן ויואל משה.

אבער ביז'ן טאנצן מה יפית מיט אים, איז דענק איך איז פאלג מיך א גאנג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 22:39 לינק ישיר 

לאנצוט קיינער רעדט נישט פון אריינלייגן קינדער אין שאפראן, אבער לייקן נישט אז די ארוינימלעך זענען אים ביזי פאמפן יעצט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 22:41 לינק ישיר 

אינטער_חכם.
איבערגעטריבן.

קיינער פאמפט נישט דעם שאפראנער. מ'פאמפעט אז ס'איז א רייבעריי צווישן די תלמידי רבינו רייען.

איך האב עס פריער מגדיר געווען, און קענסט לייענען דא נאכאמאל:
דער שאפראנער איז פערצופאל יעצט נישט אזא היפאקריט ווי זיין מחותן, וואס וועט פאר פאליטיק טרעטן אויפן ויואל משה.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 22:43 לינק ישיר 

האסט א גרויסן טעות


א היפאקריט איז דיין רבי, אין א צייט וואס ער האט קיין שום פראבלעם נישט צו מאכן שלום מיט אלע שונאים פון זיין הייליגן פעטער און טאטן, און דא ווען עס האנדעלט זיך אין המלת הדורות ווערט ער מיר א פרומער!

דאס מיינט א היפאקריט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 22:46 לינק ישיר 

דאס האב איך געשריבן נעכטן

איך פארשטיי נישט די פארגלייך אנטשולדיגט ביטע

אז א רבי טרעפט זיך מיט א אגעדיסט האט גארנישט פאסירט

אבער אז דער גאנצער עולם גייט אויף א כינוס וואס ווערט געפירט דורך אלע קרייזן אינאיינעם

דאס איז א אפיציעלע צוזאמענשטעל פון כלל ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 22:47 לינק ישיר 

און ווי אזוי פינקטליך גייט מען ראטעווען די דורות ביי די אסיפה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 22:50 לינק ישיר 

עכטער_חסיד כתב:
האסט א גרויסן טעות

א היפאקריט איז דיין רבי, אין א צייט וואס ער האט קיין שום פראבלעם נישט צו מאכן שלום מיט אלע שונאים פון זיין הייליגן פעטער און טאטן, און דא ווען עס האנדעלט זיך אין המלת הדורות ווערט ער מיר א פרומער!

דאס מיינט א היפאקריט!


הצלת הדורות קען מען מאכן אין וויליאמסבורג פינקט אזוי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 22:51 לינק ישיר 

עס איז א חילוק ווען מען טרעפט זיך מיט אן אגודיסט וואס האט נישט געפירט דירעקט א מערכה קעגן רבין זי"ע.


למשל גור, האט קיינמאל נישט געפירט קיין דירעקטע מערכה קעגן רבין. זיי זענען אגודה פון אנהויב אָן, און דאס אזי געווען זייער דרך. אודאי, זיי האבן נישט געפאלגט דעם רבינס איסור קעגן די בחירות אבער נישט ווייל זיי האבן עס געוואלט אפווישן, נאר ווייל זייער מנהיג האט אזוי געהאלטן.

דער בעלזער האט זיך ארויסגעשטעלט מיט אן אויסערגעווענליכע חוצפה ועזות קעגן רביה"ק זי"ע ולמעלה בקודש קעגן דעם גאנצן דרך ההתבדלות און געטאן אלע פעולות דאס צו בארעכטיגן ווייל ער האט קלאר געוואוסט די שטעלונג פון די מנהיגי בעלז אין דער פארגאנגענהייט (אזוי ווייט אז דער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט, אז ווען ער זאל זאגן גענוי וואס מרן הגה"ק מהרי"ד זי"ע האט געזאגט קעגן די אגודה וואלט מען אים פארשטיינערט) צו ציונות און אגודת ישראל.

און דער בעלזער האט קיינמאל זיך נישט אויפגעשטעלט צוריקציען פון זיינע ווערטער, נאר אדרבה, ער פירט נאך היינט א מערכה קעגן יהדות החרדית אין ירושלים מיט שוידערליכע מסירות וכדומה.

טא, דאס טרעפן זיך מיט אזא מנהיג מיינט קלאר אז עס ווערט א נאענטקייט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 22:52 לינק ישיר 

אדרבה, וויאזוי קען מען עס מאכן אין וומס"ב? ווען דער סאטמארער רבי זאל עס פאררופן וואלט דאך דיין רבי עס באיקאטירט, ניין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 22:53 לינק ישיר 

אי משום חוצפה איז געווען א ריכטיגער מעמד פיוס

בלי שום חולק


איך שיהיה איז נישט דאס די נידון דא

נאר דאס צושטעלן דעם ענין פון באזוכן רביים

ביזן ענין פון גיין אויף א כינוס וואס ווערט געפירט דורך אלע סארט קרייזן אינאיינעם

איז א נארישע גזירה שוה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 23:01 לינק ישיר 

עכטער_חסיד כתב:
אדרבה, וויאזוי קען מען עס מאכן אין וומס"ב? ווען דער סאטמארער רבי זאל עס פאררופן וואלט דאך דיין רבי עס באיקאטירט, ניין?


איך האלט אז מ'קען יא מאכן א גרויסע מעמד און ביידע סאטמארע רבי'ס זאלן דארט זיין.

און לאמיר זאגן אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל וועט נישט וועלן צושטיילן איז אויך נישט עק וועלט.
זאל יעדע קהלה מאכן עקסטער. וואס האב איך דערפון אז א סקווערער איד איז די נעקסטע רייע פון מיר.
עס איז מיר גארנישט מער מחייב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 23:02 לינק ישיר 

אין מיין סידור שטייט ותלמיד תורה כנגד כולם, לערנען די הייליגע תורה איז מער חשובע'ר און הייליגער פון אלעם, אין זוהר הקדוש שטייט והאור שבו מחזירה למוטב. אז אויב פאר די סכנה פון אינטערנעט קען מען גייט מיט אגודה, מזרחי און סתם אויסווארפן (אגב, "קיינער" האט מיר נישט מסביר געווען וואס גייט מען אויפטוהן דארט?), פארוואס קען מען נישט פאר די גרויסע זאך ווי לערנען די הייליגע תורה גיין צום סיום הש"ס? די תורה איז עפעס אזוי מונח בקרן זוית?

ווארט נאר ווארט, ווי נאר דער נאווימינסקער גייט קומען צו הגז"ל אז ער אריינקומען מיט זיין נייע שומרים-לעלו עס. יו. ווי אינעם זאל מיט אלע בליצערס אנגעצינדען צום סיום הש"ס, קומט ער צו לויפן אויף אלע פיר אזוי ווי צום כינוס 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 23:42 לינק ישיר 

לאנצוט


וועמעןווילסטו פארקויפן לאקשן תורות אז דיין רבי גייט זיך צוזאמענזעצן מיט'ן סאטמארער רבין?

ער שרייבט נישט אונטער קיין קול קורא'ס ווייל ער וויל נישט זיין אינאיינעם מיט זיין ברודער.

אזא פנים האבן דיינע געסעקסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 23:42 לינק ישיר 

אישור


מעמד פיוס איז געווען א פערזענליכע.

דאס וואס ער האט געזאגט ברבים דארף עס צוריקציען ברבים!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 23:45 לינק ישיר 

בעפארן פיוס האט איר דאס נישט געזאגט



ווען ער וואלט איבערגעבעטן ברבים

וואלט איר געזאגט אז ער ברויך גיין צום ציון



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > סידור קידושין אין קרית יואל און דער כינוס
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext