יצחק ראזענבערג איז געגאנגען אין גדעריכט אין ארץ ישראל קעגן יצמחק מרדכי מאשקאוויטש אן קיין היתר, האסט וואס צו ענטפערן אויף דעם, ?
איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט. איך רעד פון דעם סכסוך אין סאטמאר, האט כ"ק אדמו"ר מהרז"ל אריינגעטראגן אין ציוניסטישן קאורט.
ענטפערט נישט נאר אז יענער איז שייגעץ, איצט רעדט מען פון דיר.
איך ווייס נישט פון קיין ראזענבערג קעיס.
די רבנים וואס האבן געהייסן האבן א רעכט צו הייסן, אבער ווער עס האט בגלוי רבנים וואס שטיצן דארף זיך נישט רעכענען מיט רבנים וואס הייסן.
ביטע זיי זיך מסביר, ווייל איך בין נישט קלאר אויף וואס דו באציסט זיך.
און דאס וואס איר האט נישט.
איסור דאורייתא רשב"א, אלעס פיין און וואויל
אטבער דער רשב"א איז דער וואס שרייבט אז מ'קען נישט זיך שלאגן קעגן אן איסור, מיט מתיר זיין א צוייטע איסור.
עס איז דא כשר'ע קאמפיוטער קיאסקן מיט כשר'ע פילטער'ס. און ווער עס וויל מעג זיך קאנעקטן און זיך איבערצייגן אז דער מצב פון די ווייץ איז א שאלה פון חמץ דאורייתא.
--
נשלח ב-17/5/2012 19:31
יא לאנצוט, פון וואס די וויסט נישט וווסן ווייסטו נישט פון וואס מ'רעדט
די ווילסט נאר רעדן פון וואס דיח ווילסט.
ענטפער מיט וואספארא היתר האט יצחק ראזענבערג געמעגט אריינגיין אין געריכט ביי די ציונים בשם מוסדות יטב לב בארה"ב, קעגן ר' יצחק מרדכי מאשקאוויטש פון בני ברק, ווי האט ער גענומען דאס היתר
נשלח ב-17/5/2012 19:32
די צווייטע זאך
א בע"ד וואס האט אן היתר בכתב פון בתי דינים צו גיין אין געריכט אדער זיך צו פארטיידיגן אין געריכט, דארף זיף נישט רעכענען מיט א פסק פון אנדערע בתי דינים.
און דאס וואס איר האט נישט איר זיצט אין געריכט אן קיין היתר בי"ד.
נשלח ב-17/5/2012 19:35
דריטענס.
דיין רבי האט ביי די חוה"מ פסח דרשה נישט גערעדט פון גיין נאכקוקן אין כשר'ע אינטערנעט, ער האט גערעדט בכלייותץ גיין אריינגגין, שנה ולא פירט.
ביי די וויזנער רבינ'ס בריוו קעגן זיינע איידעמער האסטו פארקויפט א לאקשן תורה, אז טאמער איינער שרייבט בכלליות קען מען קיין ראיה דערפון נישט ברענגען אז ער האט געמיינט עפעס ספעציפיש, נו, מה נשתנה איצט?
צווייטענס. דיי רבי אסר'ט כלל אינטערענעט אפילו כשר'ע אזוי דארף עס צו הייסן און דאס איז איינע פון די טעמים, פארוואס ער וויל נישט גיין צו יענעם עצרת הצלת הדורות, אין פון צווייטן זייט ווען עס קומט צו זיינע אינטרעסן הייסט ער אריינגיין אין די כלי
נשלח ב-17/5/2012 19:49
יוסף90 כתב:
דריטענס.
דיין רבי האט ביי די חוה"מ פסח דרשה נישט גערעדט פון גיין נאכקוקן אין כשר'ע אינטערנעט, ער האט גערעדט בכלייותץ גיין אריינגגין, שנה ולא פירט.
אוודאי האט ער גערעדט פון כשר'ע קאמפיוטערס. פארשטייסט נישט אליין?
ביי די וויזנער רבינ'ס בריוו קעגן זיינע איידעמער האסטו פארקויפט א לאקשן תורה, אז טאמער איינער שרייבט בכלליות קען מען קיין ראיה דערפון נישט ברענגען אז ער האט געמיינט עפעס ספעציפיש, נו, מה נשתנה איצט?
וואס איז דיין פראגע. מ'קען נישט באשולדיגן א מענטש מיט א כלליות'דיגע זאך. חוץ אויב דו פארמאגסט "דירעקטע" באווייזן. נישט כלליות'דיגע. דער בריוו פון וויזניצער רבי רעדט נישט צו א יחיד. ממילא קען מען "גארנישט" ארויסנעמען צו באשולדיגן קיינעם.
צווייטענס. דיי רבי אסר'ט כלל אינטערענעט אפילו כשר'ע אזוי דארף עס צו הייסן און דאס איז איינע פון די טעמים, פארוואס ער וויל נישט גיין צו יענעם עצרת הצלת הדורות, אין פון צווייטן זייט ווען עס קומט צו זיינע אינטרעסן הייסט ער אריינגיין אין די כלי
-ער אסור'ט צו האבן אינטערנעט אינדערהיים. אמת. האט ער דען דעמאלט געזאגט אז מ'מעג יא האבן אינטערנעט אין שטוב. ער האט געזאגט אז "מ'קען היינט נאכקוקן" און זיך איבערצייגן. ער האט נישט גערעדט בלשון צווי.
יעדע זאך וואס מ'קען נאר, קוקסטו אן קרום ווי די נאכט, אז עס מאכט איינעם לאכן פון דיינע תגובות, בטעות פאלט נישט אריין קיין נארמאלע לאגישע תגובה. פארוואס?
נשלח ב-17/5/2012 20:03
אוודאי האט ער גערעדט פון כשר'ע קאמפיוטערס. פארשטייסט נישט אליין?
ניין איך פארשטיי נישט, און די אויך נישט, ער האט נישט גערעדט קיין ווארט פון כשר'ע אינטערנעט, דאס האסטו צוגעלייגט.
וואס איז דיין פראגע. מ'קען נישט באשולדיגן א מענטש מיט א כלליות'דיגע זאך. חוץ אויב דו פארמאגסט "דירעקטע" באווייזן. נישט כלליות'דיגע. דער בריוו פון וויזניצער רבי רעדט נישט צו א יחיד. ממילא קען מען "גארנישט" ארויסנעמען צו באשולדיגן קיינעם.
די האסט דירעקטע באוויזן אז דיין רבי האט ביי יענע דרשה געמיינט ארינגיין נאר אין כשר'ע אינטערנעט?
-ער אסור'ט צו האבן אינטערנעט אינדערהיים. אמת. האט ער דען דעמאלט געזאגט אז מ'מעג יא האבן אינטערנעט אין שטוב. ער האט געזאגט אז "מ'קען היינט נאכקוקן" און זיך איבערצייגן. ער האט נישט גערעדט בלשון צווי. ער האט נישט געזאגט נאר אז מ'קען היינט נאכקוקן, ער האט באשטעלט, איך בעט יעדער זאל גיין נאכקוקן, נו,אויב ער אסר'ט בכלל אינטערנעט, און ער איז עס מתיר נאר כשר'ע אויך נאר לצורך די ארבעט, ווי קען עיר בעטן יעדן איינעם אז מ'זאל גיין קוקן אינטערנעט, לאמיר זאגן אפילו לשיטתך כשר'ע.
צו באשולדיגן א מענטש, קען מען נישט קומען מיט קיין כלליות'דיגע "דזשענעראל" סטעיטמענטס. מ'דארף האבן "דירעקטע" באשולדיגונגען. וויפיל מאל דארף איך עס דיר איבערזאגן.
יעצט סאטמארער רבי האט געזאגט אז מ'קען נאכקוקן אויף די כלי, און אז ס'איז דא כשר'ע האט ער זיכער דאס געמיינט. חוץ אויב דו האסט "קראנטע באווייזן" אז ער האט נישט דאס געמיינט.
באשולדיגן אדער אטאקירן קענסטו נאר ווען דו האסט "ספעציפישע" באווייזן.
דאס פארמאגסטו נישט.
נשלח ב-17/5/2012 20:15
און אז ס'איז דא כשר'ע האט ער זיכער דאס געמיינט
פון ווי ווייסטו אז ער האט זיכער דאס געמיינט?
נשלח ב-17/5/2012 20:15
און פארוואס ענטפערסטו אויף די אנדערע צווי פוינט'ס
פון יצחק ראזענבערג'ס ערכאות?
נשלח ב-17/5/2012 20:40
יוסף90 כתב:
און אז ס'איז דא כשר'ע האט ער זיכער דאס געמיינט
פון ווי ווייסטו אז ער האט זיכער דאס געמיינט?
אז מקען גיין גראד גייט מען נישט קרום.