בית פורומים אידישע געדאנק

אנאליזן איבער ר' אהרן טייטלבוים'ס בויקאט אויף כינוס כלל ישראל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/5/2012 19:15 לינק ישיר 

דער פראבלעם פון דיין רבין איז, אז ער האט זיך טועה געווען ביים שאצן וואס זיין יונגערער ברודער גייט טאן.


שוין עטליכע וואכן, נאך פון פאר פסח, איז מען געזעסן ביים סאטמארער רבין שליט"א, סיי די עסקנים למען טוהר המחנה, און סיי די רבנים ומורה צדק דקהל יטב לב ד'סאטמאר, און דן געווען יעדע פעולה בנוגע דעם כינוס. ביז מען האט אלעס מסדר געווען אויפן בעסטן אופן, און מען איז געקומען צו דער החלטה.

דיין רבי האט אבער געליינט כסדר היידפארק וואו עס האט אויסגעקוקט אז סאטמאר גייט זיך נישט צושטעלן דערצו. האט ער געוואלט זיין "דער ערשטער" (כלשונו אלעמאל "איך בין געווען דער ערשטער"...) צו פראוווען "מעשה קנאי", און ער איז אריינגעפאלן.

יעצט האסטו איין מענטש וועמען צו בלעימען, נאר דיין רבין. נעקסט טיים זאל ער נישט זיצן א גאנצן טאג אויף היידפארק...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 19:24 לינק ישיר 

[quote]דער פראבלעם פון דיין רבין איז, אז ער האט זיך טועה געווען ביים שאצן וואס זיין יונגערער ברודער גייט טאן.

-
שוין עטליכע וואכן, נאך פון פאר פסח, איז מען געזעסן ביים סאטמארער רבין שליט"א, סיי די עסקנים למען טוהר המחנה, און סיי די רבנים ומורה צדק דקהל יטב לב ד'סאטמאר, און דן געווען יעדע פעולה בנוגע דעם כינוס. ביז מען האט אלעס מסדר געווען אויפן בעסטן אופן, און מען איז געקומען צו דער החלטה.

איך האב געזען וואס ער האט געשריבן אין א בריוו אז ער איז מחזק. א וואך שפעטער איז עס געווארן א זכי'. און מ'האט געמאכט דעם צעטל ווייל מ'האט געוואלט זעהן דעם פועל יוצא.

ביי מיר הייסט עס א POLL (אנקעטע בלע"ז).
דיין רבי האט אבער געליינט כסדר היידפארק וואו עס האט אויסגעקוקט אז סאטמאר גייט זיך נישט צושטעלן דערצו. האט ער געוואלט זיין "דער ערשטער" (כלשונו אלעמאל "איך בין געווען דער ערשטער"...) צו פראוווען "מעשה קנאי", און ער איז אריינגעפאלן.

ער ליינט היידפארק? ער איז דער איינציגסטער שרייבער. ער דארף נישט טאן קיין תשובת המשקל. ווייל ער אלאמירט
יעצט האסטו איין מענטש וועמען צו בלעימען, נאר דיין רבין. נעקסט טיים זאל ער נישט זיצן א גאנצן טאג אויף היידפארק...

דו קענסט נישט די גמרא אין פסחים פון שמעון המסעונו, כשם שמקבל שכר על הדרשה, כך אקבל שכר על הפרישה.
בלי ספק אז דער הייליגער דברי יואל וואלט נישט געגאנגען דארט. ממילא אלס מקום גייט ער אויך נישט. שב ואל תעשה עדיף!





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 20:25 לינק ישיר 

2 זאכן מנהל לעבן,
1. דער קעפל איז פאלש: סאטמאר רבי "בויקאט" נישט דעם כינוס,
2. אנאליזירט מען נאר סאטמאר רבי'ן אדערע אנדערע סאטמארע טיפ אידן וואס זענען קעגן דאס השתתפות פינעם כינוס, ווי למשל, אבד"ק שאפראן, ר"מ פילאף, אב"ד תולדות רפאל, ר' יצחק לעבאוויטש, אב"ד איבראן, וכהנה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 20:28 לינק ישיר 

חסורי מחסרא והכי קתני:

עכטער_חסיד כתב:
דער פראבלעם פון אב"ד שאפראן איז, אז ער האט זיך טועה געווען ביים שאצן וואס זיין מחותן המשולשת גייט טאן.

שוין עטליכע וואכן, נאך פון פאר פסח, איז מען געזעסן ביים סאטמארער רבין שליט"א, סיי די עסקנים למען טוהר המחנה, און סיי די רבנים ומורה צדק דקהל יטב לב ד'סאטמאר, און דן געווען יעדע פעולה בנוגע דעם כינוס. ביז מען האט אלעס מסדר געווען אויפן בעסטן אופן, און מען איז געקומען צו דער החלטה.

אב"ד שאפראן האט אבער געליינט כסדר היידפארק וואו עס האט אויסגעקוקט אז סאטמאר גייט זיך נישט צושטעלן דערצו. האט ער געוואלט זיין "דער ערשטער" (כלשונו אלעמאל "איך בין געווען דער ערשטער"...) צו פראוווען "מעשה קנאי", און ער איז אריינגעפאלן.

יעצט האסטו איין מענטש וועמען צו בלעימען, נאר אב"ד שאפראן. נעקסט טיים זאל ער נישט זיצן א גאנצן טאג אויף היידפארק...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 21:00 לינק ישיר 

לאנצוט


דער בעל דברי יואל האט נישט געלאזט גיין צו די חתונה פון דיין רבין. דאס ווייסטו אויך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 21:02 לינק ישיר 

דער חילוק פון שאפראנער רב שליט"א מיט דיין רבין איז'  אז שאפראנער רב ווייסט נשט וואס עס מיינט אינטערנעט' און מעגליך אויך נישט וואס עס באדייט קאמפיוטער' ער האט עס נישט ביי זיך אין שטוב.


ביי דיין רבין אין שטוב איז דא סיי קאמפיוטער און סיי אינטערנעט, והדברים ידועים לכל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 21:14 לינק ישיר 

רב הסוער


עס איז א גרויסער חילוק צווישן דיין רבינס באיקאט און די תלמידים פון רבין זי"ע וואס זענען דערקעגן.

דיין רבי האט דאס געוואלט שפילן א געים, אבער עס איז אים נישט געלונגען. דער באזוך אין בעלז און קלויזענבורג וכו' ווייזט ווי ווייט ער מיינט קנאות.

די תלמידים פון רבין זי"ע וואס זענען דערקעגן מיינען באמת קנאות, כאטש עס איז מעגליך אז אין פאקטן זענען זיי נישט באהאווענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 21:16 לינק ישיר 

עכטער_חסיד כתב:
לאנצוט

דער בעל דברי יואל האט נישט געלאזט גיין צו די חתונה פון דיין רבין. דאס ווייסטו אויך?

די רביצין מיינסטו?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 21:19 לינק ישיר 

קענסט זאגן וואס דו ווילסט


אז דער רבי האט באפוילן האט יעדער געפאלגט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 21:22 לינק ישיר 

עכטער_חסיד כתב:
רב הסוער

עס איז א גרויסער חילוק צווישן דיין רבינס באיקאט און די תלמידים פון רבין זי"ע וואס זענען דערקעגן.
טוה אויס דיינע היידפארק ברילן. און רעד ווי אן ערוואקסן אינגל.
ווען שאפראנער רב אסור'ט איז דאס מנהמת לבו הטהור והקדוש
ווען כ"ק אדמו"ר מהר"א אסור'ט איז עס א געים.
ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל איז מתיר איז עס די תורה הקדושה.
ווען הרה"צ אב"ד טשאטה אסור'ט איז עס תורה הקדושה.

אזעלכע קינדערישע רייד מאכט דיך אויסקקוקן ווי א נוירסערי אינגל.
דיין רבי האט דאס געוואלט שפילן א געים, אבער עס איז אים נישט געלונגען. דער באזוך אין בעלז און קלויזענבורג וכו' ווייזט ווי ווייט ער מיינט קנאות.

וואס מיינט א געים, ער זאגט אז ס'איז א קול קורא פון רבנים. וואס דרייסטו א קאפ ווייל דו האסט נישט וואס צו ענטפערן.
וואו קומט דא אריין פאליטיק. פאליטיק מיינט ווען איינער שרייבט אז ער האט געמאכט א בריוו ווייל ער האט געוואלט זעהן די "פועל יוצא".

דיין נארישע בעיבישקייט איז דאך איבער אלע גבולים.

די תלמידים פון רבין זי"ע וואס זענען דערקעגן מיינען באמת קנאות, כאטש עס איז מעגליך אז אין פאקטן זענען זיי נישט באהאווענט.


ווער איז נישט באקאנט מיט וואס?
פארוואס קען מען נישט מאכן קיין אסיפה נאר בתוכינו?

וויאוזי וועט דיר שמעקן אז איך וועל דיר זאגן ווי א בעיבי (עם עקש תתפל) אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א האט בשלאסן יא צו גיין צו די כינוס, ווייל ער איז נאר געווען אין יענקי סטעדיום און די אלטע שעי סטעדיום אינאיינעם מיט זענטער רב שליט"א, אבער איז נאכנישט אין סיטי פיעלד... און ער האט גרויס חשק עס צו זען... געפעלט עס דיר איצט?

וועסט שרייען אז איך יצא מדעתי??? אזוי קוקט איר אויס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 21:25 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
ווען כ"ק אדמו"ר מהר"א זאל ווען זאגן אז ער גיייט.
וואס טראכסטו וואלט געווען די רעאקציע פונעם יונגערן ברודער?


און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע צו מהר"אס זיך צושטעלן צו די אלע "פושעים"?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 21:27 לינק ישיר 

אז היות ס'איז דא א היתר צו גיין אין ציוניסטישן קאורט, מעג מען גיין צום בעלזער נאכן מפייס זיין.

סארי פאר'ן צוריק-פארדרייען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 21:29 לינק ישיר 

קאקאש_קעיק כתב:
ווען כ"ק אדמו"ר מהר"א זאל ווען זאגן אז ער גיייט.
וואס טראכסטו וואלט געווען די רעאקציע פונעם יונגערן ברודער?


און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע צו מהר"אס זיך צושטעלן צו די אלע "פושעים"?


און דער סערעטער טאנקיסט איז געווארן כשר?
הרב לייזערזאן דער חבר הכנסת איז כשר געווארן אז מהרז"ל האט אים געמעגט געבן שלום?

קאקאש, איך בעט דיך צו טראכטן איידער דו דרוקסט שלח, נישט האבן טענות פאר'ן פארדרייען דעם אשכול צוריק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 22:05 לינק ישיר 

לאנצו"ט


זיי נישט קיין שקרן


ביין לייזערזאן ביך איך געווען אנוועזענד דארטן.

דער רבי האט נישט געוויסט ווער דער פערזאן איז, ער האט געהאלטן אינמיטן רעדן מיט מעכיל גארפינקעל, אינמיטן איז אריבער לייזערזאן און האט געגעבן שלום פאר ביידן, דערא רבי האט אבער נישט געוואוסט דאן וועם ער גוט שלום, ביז ווען גארפינקעל האט עם שפעטער געזאגט.(אגב:עס איז נישט קיין עוולה צו ענטפערן שלום ווען ינער גוט דיר שלום)


דאקעגן ביי די סעודת מצוה פון יענעם הכגנסת ס"ת, איז חיים הערש מייזליש איז געזעצן נעבן לייזערזאן איבער א שעה, אין זיי האבן פאברענגט דארטן ווי צו גוטע פריינט, ווען חיים הערש מייזליש האט גוט געוואוסט ווער לייזערזאן איז.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2012 22:39 לינק ישיר 

יוסף90 כתב:
לאנצו"ט


זיי נישט קיין שקרן
איך ברענג א פאקט.

ביין לייזערזאן ביך איך געווען אנוועזענד דארטן.
ווען נישט דעם בילד וואלסטו אוודאי געלייקנט.

דער רבי האט נישט געוויסט ווער דער פערזאן איז, ער האט געהאלטן אינמיטן רעדן מיט מעכיל גארפינקעל, אינמיטן איז אריבער לייזערזאן און האט געגעבן שלום פאר ביידן, דערא רבי האט אבער נישט געוואוסט דאן וועם ער גוט שלום, ביז ווען גארפינקעל האט עם שפעטער געזאגט.(אגב:עס איז נישט קיין עוולה צו ענטפערן שלום ווען ינער גוט דיר שלום)
מ'זעט ווי ער שמייכלט צו אים.

דאקעגן ביי די סעודת מצוה פון יענעם הכגנסת ס"ת, איז חיים הערש מייזליש איז געזעצן נעבן לייזערזאן איבער א שעה, אין זיי האבן פאברענגט דארטן ווי צו גוטע פריינט, ווען חיים הערש מייזליש האט גוט געוואוסט ווער לייזערזאן איז.
הער אויף מיט די באבע מעשה'לעך. מהרז"ל האט נישט געוואוסט, חיים הערש האט יא געוואוסט.
ביטע פארקויף מיר נישט די לאקשן.

ווען ער איז געגאנגען צום טאנקיסט האט ער אוודאי אויך נישט געוואוסט צו וועלכע שבע ברכות ער גייט.
דו פעקעדזש מהרז"ל אלס א שעפעלע וואס איז נעכטן געבוירן און קען קיינעם נישט. פליז הער אויף שפילן דאמי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אנאליזן איבער ר' אהרן טייטלבוים'ס בויקאט אויף כינוס כלל ישראל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.