למכה מצריהם: ועד הכשרות דקרית יואל קעגן נפתלי משה אינדיג!
היינט צופרי האט נפתלי משה אינדיג געמאלדן אין "די צייטונג" אז ער עפענט דעם זומער א נייע בעקעריי אין קעטסקילס מיט די הכשר פון ועד הכשרות דקרית יואל.
אינדיג, וועלכער האט זיך ברייט באקאנט געמאכט מיט זיין סטעיטמענט ביי די קעמפס סומטאכע איבער "קאקאש קעיק" האט גענוצט דעם מיטונג מיט די קאנטי אלס פרייע עדווערטייזמענט פאר זיין נייע בעקעריי. נאך וואס די אהרונים האבן געזען ער איז ווערט א זעץ, און די אלע דמיונות וואס ער האט זיי איינגערעדט אז זיי גייען האבן די קעמפס היי יאר איז דורכגעפאלן, האט ער פארלוירן דעם דזשאב ביי יצחק ראזענבערג, און איז אריין אין די בעקעריי ביזנעס.
די אהרונים זענען געווארן שומיג ביז די ציין אויף אינדיג אז ער האט זיי אריינגעפירט אין פלאנטער מיט די קעמפס קודם ביים קאנטי עקזעקטיוו, און נאכדעם אין קאורט (פון וואו זיי האבן היינט ארויסגעצויגן, נאך וואס דער גאנצער ליגעל טיעם איז צופאלן), האבן געלייגט שרעקליך פרעשור אויפן ועד הכשרות אז זיי זאלן נישט געבן דעם הכשר פאר אינדיג. למעשה איז יעצט ארויסגעקומען א מעלדונג פון ועד הכשרות אז זיי געבן טאקע נישט זייער השגחה.
אינדיג האט גלייך אנגערופן זיין חבר שמואל ווידער און שמואל האט אים צוגעזאגט אז דער צעטיל פונעם ועד וועט נישט אריינגיין אין בלאט, פון די אנדערע זייט שווערט אינדיג נקמה אין אברהם יושע גלאנץ ווייל ער האט געלייגט פרעשור אויפן ועד אז זיי זאלן צוריקצוען פונעם הכשר. בקיצור עס גייט דארט טישן אויף בענק.
אבי נישט צווישן אידן!
 |
|
|