ר' אהרן הייסט די בחורים פון שיעור ד' אויסהערן די דרשה פון שאפראנער רב!!!!!!
א מגי"ש פו ןשיעור ד' איז אריין צו ר' אהרן און געזאגט אז לכאורה וואלטן די בחורים פון ד' יא געדארפט גיין ווייל זייענדיג דארטן זעהט ער דעם בראך און חורבן פון די כלים, און די בחורים וואלטן געדארפט הערן די פייערדיגע דרשות, זאגט אים ר' אהרן: ניין בשום אופן די בחורים זאלן נישט גיין!!! פרעגט אים דער מגי"ש פארוואס איז דער רבי אזוי אקעגן? זאגט ער אים: הער נאר אויס די דרשה פון שאפראנער רב, און זאג די בחורים זאלן עס אויסהערן
נשלח ב-17/5/2012 18:53
ישמאלכץ. איך קויף עס נישט.
נשלח ב-17/5/2012 18:53
פרעג עני בחור פון שיעור ד'
נשלח ב-17/5/2012 19:06
איינער שיקט מיר אין אישית, אז ער האט געזאגט אז ווער עס הערט די תורות פון פעטער זי"ע פארשטייט אז סאטמארע אידן האבן נישט אהינצוגיין.
אפשר ביי דיר איז דער שאפראנער רב זיין פעטער.
נשלח ב-17/5/2012 19:15
לאנצוט דו מישט אויס
דאס האט ער געזאגט היינט פאר די בחורים
נשלח ב-17/5/2012 19:16
די רבי האט אים געזאגט אז די צוויי (הערשל מייזליש - שמחה ישראל בלום) האבן עס מסביר געווען, סא אויב וויל ער עס פארשטיין קען ער זיי אויסהערן, ער האט "נישט" געהייסן די בחורים עס אויסהערן,
נשלח ב-17/5/2012 19:17
איך מיש נישט, ישמאלכץ האט פאבריצירט א געשיכטע אויף היידפארק.
דער רבי האט געזאגט אז ווער עס הערט די תורות פונעם פעטער זי"ע ווייסט אז סאטמארע אידן באלאנגען נישט, נישט ביים כינוס כללי און נישט ביי דעם סיום הש"ס עכ"ל.
די אידן וועלכע האבן געהערט די שלוש סעודות תורות פונעם פעטער זי"ע ווייסט אז סאטמארע אידן באלאנגען נישט דארט, נישט ביים כינוס כללי און נישט ביי דעם סיום הש"ס עכ"ל.
נשלח ב-17/5/2012 19:46
לאנצוט דו רעדסט פון די היינטיגע תהלים שיעוק, זיי רעדן פון א מעשה ווי א איינגעשטעלטער איז אריין צום רבי'ן פרעגן בנוגע שיעור ד'
נשלח ב-17/5/2012 20:19
לאנצוט כתב:
דער רבי האט געזאגט כהאי לישנא:
די אידן וועלכע האבן געהערט די שלוש סעודות תורות פונעם פעטער זי"ע ווייסט אז סאטמארע אידן באלאנגען נישט דארט, נישט ביים כינוס כללי און נישט ביי דעם סיום הש"ס עכ"ל.
וואס איז די קוגל פון די 2 זאכן סיום השס. מיט מעמד הצלת הדורות
נשלח ב-17/5/2012 20:37
ביידע האבן זייער ענליכע שטריכן. ביידע האבן גוטע חלקים, און ביידע באלאנגען נישט סאטמארע אידן.
נשלח ב-17/5/2012 22:01
צו וואס עפענט מען פרישע אשכולות???
נשלח ב-17/5/2012 22:06
ווייל עס איז א נייעס אז נאכדעם וואס עס זענען געפלויגן פאשקיווילן אין קרית יאל אקעגן שאפראנער רב מיט די ערגסטע לשונות גנאי, זאגט בארן אליין מ'זאל הערן זיין דרשה