בית פורומים כל העולם כולו

ברעקניג ! האדמ"ר מסאטמאר נישט גיין צים כינוס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/5/2012 19:34 לינק ישיר 
ברעקניג ! האדמ"ר מסאטמאר נישט גיין צים כינוס

די ווערטער האט רבינו היינט געזאגט אין ישיבה

עס הערשט א צומישועניש ביים עולם, ווער עס איז געווען ביים פעטער ז"ל, ווער עס האט געהאט די זכיה צו הערן זיינע שלש סעודות תורות, זיינע דברות קודש, פארשטייט, אז א סאטמערער יוד האט נישט וואס צו זוכן נישט דא, און נישט ביים סיום הש"ס וכדומה, דאס איז פשוט




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/5/2012 19:59 לינק ישיר 

וואו איז לאגיק און יושר צו אריינלייגן די כינוס מיטן סיום דף היומי אין איין שיף?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 19:59 לינק ישיר 

די רבי האט היינט גערעדט ווייל ס'האט געדארפט אראפ קומען נאך א גאנצע דעליגאציע מיט רבנים צים רבי'ן
אין די רבי כיודע האלט אז א סאטמאר יונגערמאן האט נישט וואס אהין צי גיין
האט ער געלאזט הערן זיין חוות דעת קדשו אז מען זאל נישט גיין צים כינוס אין מען זאל אים נישט מיטשען אז מען מיז גיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 20:04 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
וואו איז לאגיק און יושר צו אריינלייגן די כינוס מיטן סיום דף היומי אין איין שיף?


ווייל אסאך יונגעלייט האלטן אז מען מעג גיין צים כינוס פארוואס זאל מען נישט טארן גיין צים סיום הש"ס
סוקעלנער רבי מיט ר' מתתי' גיין ביידע צים סיום הש"ס




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/5/2012 20:26 לינק ישיר 

סיום הש"ס איז פארטיי, עס ווערט געפירט דורך די אגודה, כינוס כלל ישראל איז נישט, דעריבער איז נאריש דאס צו פארגלייכן. ער וואלט ענדערש געדארפט זאגן אז ס'פונקט אזוי ווי א סאטמארער אינגערמאן האט נישט וואס צו זוכן ביים כותל, דאס וואלט דאס אפשר געמאכט מער דראמאטיש....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 20:26 לינק ישיר 

בלומבערג כתב:
וואו איז לאגיק און יושר צו אריינלייגן די כינוס מיטן סיום דף היומי אין איין שיף?


ווייל אסאך יונגעלייט האלטן אז מען מעג גיין צים כינוס פארוואס זאל מען נישט טארן גיין צים סיום הש"ס
סוקעלנער רבי מיט ר' מתתי' גיין ביידע צים סיום הש"ס

קיינער האט נישט אזוי געהאלטען ווייל אויב יא דארפען זיי א גרויסען דאקטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 20:34 לינק ישיר 

קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז ס'וועלן זיין סאטמארע יודען וואס וועלן זיך צאם שטעלן מיט די אגודה איבערן כינוס
קיינער וואלט אזאנס נישט געקענט פאראויס זאגן 15 יאר צוריק

צייטן טוישן זיך מען מיז שוין אנהייבן נאך אמאל די הקדמה אין ויואל משה ווייל ס'איז נשתכח תורות ויואל משה



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/5/2012 20:43 לינק ישיר 

סאטמארע רב זי"ע האט מברר געווען אז צו גיין צום כותל ביז ביאת המשיח
איז פארבינדן מיט הארבע איסורים חוץ נאך באהאלטענע טעמים
די גדולים  כגון סקולען, סאלאמאן, וואס שטייען ביים שפיץ פונעם כינוס כלל ישראל ווילן אבער נישט אננעמען
דעם סאטמארער רב'ס זי"ע איסור חמור פון גיין צום כותל
סאו מוזן זיי פארשטיין אז מיר קענען אויך נישט אננעמען אלע זייערע חוב קדוש'ס צו באטייליגן און זייערע כינוסים
 ביי אונז מאכט מען אליין'ס די אלע רעזעלאציעס און נאך פיל שווערער און שטרענגער ווי זייערע החלטות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2012 20:47 לינק ישיר 

לחיים לחיים ....

איך וויל זאגן, ס'דא די מדרש די וואך, בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך ורגלי מוליכות אותי לבית המדרש. ס'דא א וועלט'ס מיט פראפעגאנדע למקום פלוני אני הולך, א וועלט מיט פראפעגאנדע איך דארף גיין למקום פלוני ופלוני, ורגלי מוליכות אותי לבית המדרש. איך דערמאן מיך אין בית המדרש די פייערדיגע של"ס תורות די פייערדיגע דרשות וואס איך האב געהערט פון פעטער ז"ל. ווער ס'האט איבערגעטרעטן זיין שוועל פארשטייט דעת קדשו, ורגלי מוליכות אותי לבית המדרש, א היימישער אינגערמאן זיין פלאץ איז נישט דארט, נישט דארט, און נישט ביים סיום פון דף היומי,



תוקן על ידי בלומבערג ב- 17/05/2012 21:24:07




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/5/2012 21:55 לינק ישיר 

באמת מוז באגריסט ווערן מיט רעספעקט דאס געוואלדיגע מסירת נפש פון דעם פנחס הכהן שבדורינו השפל, וועלכער האט זיך אפגעהאלטן פון ארויסקומען מיטן פולן קנאי'שן אטאקע אויפן כינוס ביז היינט פשוט עס נישט אפצוהארגענען....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 22:17 לינק ישיר 

פארוואס הייסט זאגן פאר זיין עולם אז מ'באלאנגט נישט דארט "קנאישע אטאקע"?? אין נאכדערצו א "פולן" קנאישע אטאקע?... ער האלט דען מלחמה מיטן כינוס?  "אינז באלאנג מיר נישט דארט"!! אזוי שווער צו פארשטיין?..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 22:22 לינק ישיר 

בכלל נישט שווער צו פארשטיין. שווער צו פארשטיין איז פארוואס ער זאגט נישט דעם עכטן טעם, אזוי ווי ר' בנציון באבוב'ער, איך גיי נישט ווייל איך קען נישט צוקוקען ווי מיין קאמפעטישען לעבט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 22:29 לינק ישיר 

אהא.. הייסט דאס איז די עכטע סיבה, ווייל די האסטיך געקויפט אזוינע גלעזער, אין אלעס אלעס וועסטו זען נאר פאליטיק אין נאכאמאל פאליטיק.. אין נאכדעם פרעגסטו הלמאי ער זאגט נישט וואס דיין שכל זעט.. בפשטות איז דער תירוץ ווייל זיין גלעזער האט מען געקויפט אין א אנדערע סטאר... 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 22:40 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
וואו איז לאגיק און יושר צו אריינלייגן די כינוס מיטן סיום דף היומי אין איין שיף?


מיינסט אז ביי דף היומי שמד'ט מען זיך?

ביטע לעב אין רעאליטי: ביים סיום דף היומי גייען זיין הונדערטער סאטמארערע אידן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 23:16 לינק ישיר 

ליידער זענען דעם רבי'ן ז"ל תורות פארגעסן געווארן אין סאטמאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 23:43 לינק ישיר 

איך הער אז דער רבי האט געזאגט פאר בנו הגה"צ ר' חיים צבי אז די וואס גייען צום כינוס וועלן אסאך פון זיי גיין צום סיום הש"ס און דערנאך וועט א גרויס חלק זיין ביים כותל און אזוי ווייטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקניג ! האדמ"ר מסאטמאר נישט גיין צים כינוס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext