איז נישט שב ואל תעשה עדיף די ריכטיגע וועג אזא צייט?
תוקן על ידי נארפאקטן ב- 17/05/2012 21:38:37
נשלח ב-17/5/2012 21:52
לאנצוט דער רבי לאזט דאך נישט גיין??
נשלח ב-17/5/2012 21:58
איך בין שוין זאט פון די אשכולות איבער דעם כינוס. עס איז שוים אויסגעדראשן און מען קומט אדער צוריק צו די זעלבע זאכן וואס מען האט שוין דיבעיטעד, אדער סתם נארישקייטן.
אבער יעצט זע איך ווי רב הסוער שרייבט "פארגעסן נאך א אפשען, 5. איך גיי ווייל איך מוז טרייבן דעם וואגן קעגן דעם קליפה אהרן ט"ב (עכ"פ אזוי רעד איך מיך איין)", קוקט עס מיר אויס ווי דעי אהרונים האלטן שוין אז יעדער וואס קומט אהין גיט א בריקע פאר דעם סורר ומורה פון מאנראו וועלכער האט זיך פלוצלינג גענומען רעדן פון די וואס הערן דעם רבינס שלש סעודות תורה, א זאך פון וואס ער אליינס האט שוין כמה פעמים אפגעלאכט.
נשלח ב-17/5/2012 22:00
צו וואס עפנט מען פרישע אשכולות???
נשלח ב-17/5/2012 22:06
עכטער_חסיד כתב:
איך בין שוין זאט פון די אשכולות איבער דעם כינוס. עס איז שוים אויסגעדראשן און מען קומט אדער צוריק צו די זעלבע זאכן וואס מען האט שוין דיבעיטעד, אדער סתם נארישקייטן.
אבער יעצט זע איך ווי רב הסוער שרייבט "פארגעסן נאך א אפשען, 5. איך גיי ווייל איך מוז טרייבן דעם וואגן קעגן דעם קליפה אהרן ט"ב (עכ"פ אזוי רעד איך מיך איין)", קוקט עס מיר אויס ווי דעי אהרונים האלטן שוין אז יעדער וואס קומט אהין גיט א בריקע פאר דעם סורר ומורה פון מאנראו וועלכער האט זיך פלוצלינג גענומען רעדן פון די וואס הערן דעם רבינס שלש סעודות תורה, א זאך פון וואס ער אליינס האט שוין כמה פעמים אפגעלאכט.
האב איך דער געזאגט "יעדער"
כאב בלויז פארגעשלאגן נאך א אפשען און די אקענטע
זאל דעקן אלע סארט מענטעליטעטן
נשלח ב-17/5/2012 22:10
איך ווייס נישט פארוואס עס באדערט פאר די ארונים אז 50 טויזענט מענטשן גייען זיך צוזאמקומען אן זיי, זיי האבן שוין געהאט 50 טויזענט מענטשן עטליכע יאר צוריק דעם ערשטן כ''א כסלו
גראדע האט מען דעמאלט נאכגעזאגט פון רבי שלמה יעקב אז עס זענען געווען 50 טויזענט מענטשן - ציינער
נשלח ב-17/5/2012 22:24
שמעלקאלע כתב:
לאנצוט דער רבי לאזט דאך נישט גיין??
גערעכט. אבער איך האב דאך חשק. און קיין עבירה איז עס נישט. עס פאסט נאר נישט. אקעי.
נשלח ב-17/5/2012 22:31
איינער ווייסט (פונקנטליך) וואס די רבי שליט''א (רז''ל) האט געפאדערט פון די עסקנים, און וואס זיי האבן נאכגעגעבן? תורה הוא וללמוד אנו צריכין, נעקסט טיים ווען ס'מאכט אזא שאלה זאל מען וויסען מעשה רב, וואס מהאט צו טון.
נשלח ב-17/5/2012 23:31
א מעשה רב איז ווען מען האט נישט וועמען צו פרעגן.
ווען מען האט א שאלה דארף מען פרעגן דעם דיין אפילו דו האסט אמאל געהנאט אן ענליכע שאלה.