מען דארף רעדן ווי ערליכע אידן פלעגן רעדן, מען פלעגט קיינמאל נישט אריינגיין לאורכה ולרוחבה פון די פירצה, נאר ארום ארום מען זאל פארשטיין אז מען טאר נישט.
דאס אזי דער חילוק צווישן סאטמארער רבי'ן שליט"א און זיין ברודער. בעת דער סאטמארער רבי איז כסדר מעורר דערפון, טוט ער דאס ווען יעדעס וואטרט איז געוואויגן און געמאסן עס זאל נישט ח"ו ארויסקומען דאס פארקערטע. אבער ווען דיין רבי רעדט דערפון (און איך לייקן נישט אז ער רעדט אסאך דערפון) איז ער זיך פשוט מחי' ווי ער קען צולייגן אויף קליינע טעלערלעך וואס אינטערנעט איז און וויאזוי מען קען חוטא זיין (דאס איז טאקע זיין פראבלעם). און דאס איז נישט דוקא ווען ער רעדט פון אינטערנעט, ווער געדענקט נישט די דרשה עטליכע יאר צוריק, זומער אין ווייסן שוהל אין ק"י (די דרשה קען מען באטיטלען מיט מערערע נעמען, אבער דעם נאמען שאורט קאט איז די מערסטע געאייגענט ווייל די אנדערע טאר מען דערמאנען) וואו ער האט יעדן צניעות פראבלעם גענוי מסביר געווען וואס דאס איז, בבחינת "אויב דארפסטו אַן אדרעס, דא האסטו עס".
איך ווייס אז יעצט וועסטו אנהייבן מיט דיינע קללות אז איך מאך חוזק פון ערליכקייט וכו'. וויל איך דיר שוין זאגן: איך האב געהערט דרשות פון רביה"ק זי"ע און פון מ"מ רבינו הברך משה זצוק"ל, און ביידע האבן גערעדט אין די הייליגסטע זמנים פון צניעות, אבער וואסערע שיינע און לויטערע שפראך דאס איז געווען (אויך אין אנדענרע זמנים ווען זיי האבן געדארפט מעורר זיין דערוועגן).
טא, קום מיר נישט זאגן אז מען דארף רעדן פון עניני צניעות אזוי ווי דיין רבי טוט.