די פאליטשער החלטה וואס די זאליבאנישע פארטיי פירער האבן געמאכט מיטן הייסען אז דער מן הארץ הדור זאל האלטען זיין לדעתי לדעתי רעדע, אונעם געלן ראדני טעמפל, און הייסן גיין צום כינוס כלל ישראל, און גאר זאגן אז עס איז זכיה אהין צו גיין, האט חרוב געמאכט די שווערע הארוואניע וואס רעב זאלישעל ארבייט שוין ביטער שווער יארן לאנג, זייט ער איז געקימען צו קריכען פון ישראל חרוב צו מאכן סאטמאר.
פארוואס?
זייער פשוט, סאטמאר איז תש''ם געווארן איינגעטיילט און צוויי חלקים.
רוב סאטמאר די שענסטע און דאס בעסטע און די חשובטע משפחות פון סאטמאר, האבן אויסגעפאלגט די החלטה פון קהל, און דעם דעת תורה פון אלע גדולי ישראל, און האבן מקבל מרות געווען פונעם הייליגן ברך משה זי''ע,
און זיי זענען ווייטער אדוק ומקושר צו כ''ק רבינו שליט''א, און פאלגען אויס אלע הוראות פון רבינו שליט''א, מיט תמימות, אן קיין חכמות.
דער צווייטער חלק וואס האבן זיך געהאלטן קליגער פון די גדולי ישראל, האבן נישט מקבל מרות געווען פון דעם ברך משה זי''ע, יעדער צילוב זייערע פאליטשע און עגאיסטישע סיבות, זענען צוטיילט געווארן און צענדליגער פארטייען אזוי וואו דעם דור הפלגה רח''ל,
בני המן, בני יאקאבוויטש, בני לייטנער, בני הרעבעצין, בני אלתר משה גאלבערגער, בני שאפראן, בני שארמאש, בני סאלקא, בני קאליב, בני ברעסלאוו, בני משוגעים, וכו, וכו,
ווען דער ברך משה זי''ע איז נסתלק געווארן, האט סאטמאר תיכף מקבל מרות געווען פון רבינו שליט''א,
יעדער האט געוויסט אז רבינו שליט''א איז א גאון וצדיק שאין בדיגמתו, א תלמוד חביב פון רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע, און מוסמך להוראה פון די גרעסטע פוסקי הדור,און דאס איז געווען די רצון פונעם ברך משה זי''ע, און ב''ה סאטמאר האט זיך נישט גענארט, און מען האט געמאכט דעם ריכטיגען אויסוואל, עס איז היינט א כבוד און א שטאלץ צו זיין א חסיד פון כ''ק רבינו שליט''א.
דער ר זאלישעל האט זייער שטארק געוואלט זיין א רבי, דאס ראביסטווע תאווה האט געטוליעט און זיין עם הארצישע הערצעלע, ער האט אבער געהאט א גרויסער פראבלעם,
ווער קען דען זיין א חסיד פון אזא שרעקליכער גארנישט? פון אזא גראבער מן הארץ וואס כמעט אין בדיגמתו,? פון אזא מיינונגסלאזער מענטש?,
ווען ער האט ווען נישט זיין שיינעם פאטריאכישער בארדע, מיט זיין רעביש בייכל קען מען אים רואיג לייגען און שמות,
איז פאר אונזער חכם עתיק ר זאלישעל איינגעפאלן א געניאלען המצאה, ער גייט ווערן א גארביטש קאלעקטאר, פשיטו כמשמעו, ער גייט צוזאם נעמען די אלע פארטייען וואז זענען ארויסגעפלויגן פון סאטמאר און די מ' יארן, דאס אפפאל פון די מענשטהייט, די ווערים און קרעטץ געפרעגעלט און הערינג זאפט, און שוין!!! עס וועט זיין בילדער פון נעילות החג.
און דער רבי זאלישעל ארבייט טאקע ביטער שווער יעדן צו געפעלן, למשל פאר זיין טאטענס שונאים, ווייזט ער ארויס די מערסטע חיבה וואס איז נאר שייך, וואו למשל דער כאמעיני פראקאלאמירער און פון די יושבים ריאשנה במלכות זאלי, ער האט אפי' געזאגט אז זיי האבן ליב געהאט דעם ברך משה זי''ע מיט אהבה מסתרת, דהיינו ווען זיי האבן נאך געשריגן דעם ברך משה זי''ע אויפן גאס, און אים געריפן און קארט, און ווייס געמאכט די גאסן מיט פאשקעווילן קעגן אים, און אים געשאלטן מיט טויטע קללות מאה פעמים בכל יום, איז גאר געווען מחמת אהבה מסתרת.
און פאר די יודן וואס וואס גייען מיט גאר גרויסע שיך, און מיט מאדענע ברילן, און מיט ציריסענע שלייקעס, און מיט אן אפענעם ריטש ראטש, און זיצען הכנות שלוש שעות לפני התפילה, ווייל דער רבעזכיתויגנליינו האט אזוי געטאן, כדי צו געפעלן פאר די דאזיגע מאדענע בריאים זאגט ער, ''דער רבי'' נישט וואו זיין טאטע וואס פרעגט זאגן דער פעטער זי''ע. און ער הייסט הערן די שובבים קאסעטעס, ער שטעלט אן א פנים וואו ער איז דבוק אונעם רבי'ן זי''ע, סארא בלאפער...........
צו געפעלן פאר די סיקריקים, איז ער פארנימען מיטן עירוב, און שיקט זיינע ציושטע קווינס כוליגאנעס רייסן שייטלן פון נשים וואס טראגן און שבת מיטן עירוב, און לויפט קיין לייקוואד פאר דער סיקריקעשער ארגענעזאציע אתרא קדישא.....
צו געפעלן פאר די בני המן, איז ער געפארן מספיד זיין רבי שמעון ווייס ע''ה פון די מייסדים פון בני יואל, און די בני המן טעמפל, וואס איז געאסערט געווארן דירוך זיין טאטען דער ברך משה זי''ה מיטן מנחת יצחק ובית דינו... וואס האט דער מן הארץ געהאט מיט ר שמעון ווייס ע'''ה ? זיי האבן זיך נאך געקענט פון קראלע....?? נאר וואס טיט מען נישט צו געפעלן פאר די בני המן,
וואו אויך איז ער געקימען צו קריכן פון ברוקלין צו קענען מסדר קדושין זיין און דעם געאסערטן זאל, שלא ברשות של המרא דאתרא, מחזק צו זיין די בני המן, אזוי ווייטער און ווייטער.....
און רבי זאלישעל פראבירט נעבאך אלעס אויף די וועלט צו זאם צו האלטען די קאליציע, ווייל נאר דאס פארמירט אים א חסידות,
און איצט מיטן "לדעתי לדעתי רעדע", גייט אלעס צובלאזן ווערן וואו א זייפן בלאז.
און סאטמאר, ווען רבינו שליט''א הייסט נישט צו גיין צום כינוס כלל ישראל, פרעגט קיינער נישט קישיות, אז דער רבי הייסט נישט גיין, גייט מען נישט,
משא''כ ביי די זאליס איז מלחמה עס איז א שלאכט פעלד,
אלתר משה ג''ב שרייט אז זאלי האט זיך געשמד,
יעקב שמשון דער שטעפיווקער צדיק שרייבט ווארענונגס בריוון פאר רעב זאלי,
דער מחותן המשלשת משאפראן וואס איז אגב אויך דער חותן המלך פונעם ממלא מקום פון רעב זאלישל, יענקל בערל מבלעקבערי פלאזא, שרייט רבינו סר מן הדרך,
דער טשאטער צדיק שרייט אז איין ראיה אסירה איז ערגער פונעם גאנצען אונטערנעט, אלזא וואס פעלט אויס דעם גאנצן כינוס,
מנשה סילף שרייט אז מען דארף זיך לאזן הארגענען נישט צו גיין צום כינוס,
ר' שמחה ישראל מקאשו שרייט אז דער לדעתי לדעתי, איז דעת עם הארץ און ח''ו צו גיין צום כינוס,
די גאנצע קאליציע וואס רבי זאלישל האט פראבירט אויף צו בויען אויפן אויפן שוועל פון צוזאם בראך,
יעדער וואס איז נאר אמאל געווען ביי די הייליגע ש''ס תורות פון רבינו הקוה''ט זי''ע, אדער אפי' ווער עס לערענט נאר די הייליגע ספרים פון רבינו הקוה''ט זי''ע פארשטייט אז א סאטמארער חסיד האט גארנישט פארלוירן דארט, רבינו שליט''א האט געהאט די זכיה צו הערן די הייליגע תורות ביי אים איז א דבר פשוט אז אנ'''ש האבן נישט וואס צו זיכן דארטן,
משא''כ דער פויער ר זאלישעל וואס האט אין זיין לעבן נישט געהערט די הייליגע ש''ס תורות פון אונזער הייליגן רבין זי''ע, ער איז נאר פארנימען געווען צו הערן די ניוול פה קאסעטעס פון רבו מובהק רעב שימעלע דשיגאן זאל זיין זכות מגן זיין אויף די זאליס, וואו אויך און דעם רבינס הייליגע ספרים קיקט דער באם ר' זאלי נישט אריין,
דעריבער לדעתו לדעתו איז דער כינוס כלל ישראל נישט קיין שום פראבלם,
וואו גערעכט איז געווען דער הייליגער ברך משה זי''ע און נישט צוגעלאזט זיין בן השלישי זאל פארנעמען א פאסטן און סאטמאר,