בית פורומים אידישע געדאנק

ר' אהרן אין פאניק!! נעמט זיך רעדן מאדנע זאכען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/5/2012 16:21 לינק ישיר 
ר' אהרן אין פאניק!! נעמט זיך רעדן מאדנע זאכען

ר' אהרוני איז די לעצטע מעת לעת נעבעך אריינגעפאלען און א שרעקליכע פאניק וועגן די בעפארשטייענדע כינוס הגדול פון רבבות אלפי שלומי אמוני ישראל און ער האט זיך געעפנט זיין גרויליגע פי האסון אויף א משוגענע פארנעם אזש ביזען עס פארגלייכען צים סיום הש"ס און ער איז נאך נישט געווארען זאט און געלאזט פאלען א באמבע מיטן עס פארגלייכען צו די בחירות הטמאות א בייפאל וואס נישט איינגעפאלען אפילו פארען שפיטיווקער,
א בושה און א חרפה דאס הייסט נוצען די ויואל משה פאר א געווער פאר פאליטישע אינטרעסען!!
אגב איז חיים שלמה פישער דאהי?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 16:55 לינק ישיר 

יא יא היינט באקימט ער שוין נישט קיין פרישטאג פארן זיך צורעדן מיט אזאנע ליצנות אגב אויב מיינט ער אז מיט דעם מאכט ער הארב דעם נישט צום כינוס פאר די וואס גייען ווייל זייער רבי אדער דיין האט געהייסן גיין איז פינקט פארקערט ער מאכט א ליצנות פונעם איסור אויף די בחירות. קען זיין אז דעס וויל ער גיי ווייס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 17:00 לינק ישיר 

ר' אהרן האט געזאגט אז א סאטמארע איד ברויך נישט גיין נישט צום כינוס און נישט צום סיום.

שטעלט זיך די שאלה, מה ענין שמיטה אצל הר סיני, ווי קומט דער ערליך אנגעפירטער כינוס, וואס ווערט אנגעפירט דורך ערליכע היימישע רבנים, קעגן די פארשאלטענע אינטערנעט, וואס ברענט ווי א פייער ביי אונז און ביי זיי סאטמאר פונקט ווי אין לעקוואד, צו דער סיום הש"ס פון די מאדערענע אמעריקאנע אגודה, וואס איז אפי' לשיטתם בלויז א שיינע זאך, (ב"ה ביי אונז פעלט אויך נישט קיין סיומים), ווי וואגט זיך א רב וואס האט אן אחריות פון טויזענטער אידן, צאמצושטעלן די צוויי זאכן.

נא דאס אז דער אומסטאבילער ר' אהרן, לערנט אויבערפלעכליך, קרום, מאכט נארישע פשט'לעך, איז אומ'אחריות'דיג, דאס איז דאך נישט קיין נייעס, אבער פארט, אפי' פאר אזא קאפ ווי אים, ווי איז זיך אים צאמגעקליבען די צוויי זאכן אין קאפ, וואס איז די צד השוה ?

דער תי' איז איין ווארט, "פארענטשעס".

דאס זעט ר' אהרן, דאס רעדט צו אים, דאס ווייסט ער גוט וואס סמיינט.

"ריזיגער עולם", "רבבות אידן", "פרעמדע קרייזן", פון דעם טראכט ער בייטאג, און פון דעם חלומ'ט ער ביינאכט, דאס איז דער צד השוה, און אין די טעריטאריע האט דער אלגעמיין אויסגעשפילטער סקולענער רבי זיך דערוואגט אריין צוטרעטן, מיטן הילף פון זיין אינגערע ברודער, דאס איז אומאויסהאלטבאר, דאס קרענקט אים.

און איינער וואס איז חס אויף זיין געזונט, ברויך באמת נישט גיין.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 17:38 לינק ישיר 

אגב; די משל פון ר' אהרן איז נישט דומה לנמשל, (כרעד נישט פון די חלק הליצנות צוצושטעלן בחירות צו א כינוס) ווייל די פאר סארמארע אידן אין בני ברק הגם דארטן ווערן זיי בטל בששים, ווייסן זיי אבער אז זיי האבן אין חוץ לארץ טויזענטער אידן און גדולי התורה וואס שטייען מיט מיט זיי, אבער ר' אהרן איז דא אליין, אבער כנ"ל, אזוי זענען אלע זיינע חידושים, אין הנידון דומה לראי', אויבערפלעכליך.  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 18:37 לינק ישיר 

אבער קוקט אהער ווי זיינע ווערטער ווערן תיכף ומיד פארשפרייט אין בחדרי, עס זעהט אויס ווי די ארונים אונען בחדרי אדער צאלן זיי תבין ותקילין   (איך מיין צו זאגן אז די וועלט ווארט און קוקט ארויס אויפן דעת תור"א פון רעבארן!)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 18:45 לינק ישיר 

נישט ריכטיג צו רופן ר' אהרן "תורא", חכז"ל זאגן שברי לוחות מונחות בארון, א צומישטען ת"ח ברויך מען אויך מכבד זיין, פארשטענדליך מען דארף זיך היטען פון אים. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 18:46 לינק ישיר 

און לגבי הגה"צ משאפראן שליט"א קען מען בלויז זאגן דעם מאמר חכז"ל, אמר רבי יוחנן: ענוותנותו של רבי זכריה בן אבקולס החריבה את ביתנו ושרפה את היכלנו והגליתנו מארצנו (גיטין נו ע"א), הגם סאיז געווען א פראבלעם פון "יאמרו בעלי מומין קרבין לגבי מזבח" אדער פון "יאמרו מטיל מום בקדשים יהרג" ברויך מען אבער קענען מעסטן פראבלעמען, די פראבלעם פון אינטערנעט איז נישט קיין קלענע סכנה ווי חורבן בית המקדש, שאפראנער רבס ריינע מח, קען ניטאמאל פראסעסן די אינפארמאציע וואס די מומחים זאגן וועגן אינטערנעט, זיין זויבערע מאגן קען דאס ניטאמאל פארדייען.

אבער ברוך שמסר עולמו לשומרים, שאפראנער רב פארטערט בלויז גאר א קליינע חלק פונעם עהרליכן יודענטום, די ערליכע רבנים, די בעלי אחריות, וואס וויסן די פראבלעמען, האבן זיך נישט דערשראקן פון דעם "יאמרו", זאל מען זאגן, זאל מען זאגן וואס מען וויל, מיר וועלן טון וואס מען קען, און וואס מהאלט אז סקען עפעס אויפטוען, אז די אינטערנעט זאל נישט טון מיטן היימישן ציבור וואס רעפארם האט געטון מיטן כלל ישראל בשעתו, ציונות בשעתו, וואס האט אפגעפירט רוב מנין ורוב בנין פון כלל ישראל, און דאס ביסעלע וואס איז איבער געבליבן איז אויך יעצט אין א סכנה.  




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 18:51 לינק ישיר 

"צווייפעל" זייער גוט ארויסגעברענגט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 19:06 לינק ישיר 

בקיצור אויב וויל איך פאלגן די שיטה מיז איך ליינען היידפארק צי זעהן וואס א יעדער קווינס'ער יוגנעלע האלט

פין ענקער שפראך זעהט זיך אן אז ביי זאלי'ס איז א שרעקליכע פאניק איבער דעם נער'ישן שריט פין ענקער מנהיג אז די זאלי'ס זאלן גיין צים כינוס אלעס ווייל זיין ברידער גייט נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 19:31 לינק ישיר 

די שיטה קענסטו ליינען אויף די ווענט אין די בתי מדרשים, הערן דרשות פון די עהרליכע אידן בעלי אחריות, און פאלגן די עהרליכע רבנים.

אפי' אויב דו ביסט פון די מענטשן וואס האלטן אז ר' אהרן איז מסודר 100%, מוזטו נישט גיין, אבער ח"ו נישט האקן אדער עס אוועקמאכן, אנעקען אז עס איז א גורל'דיגע תקופה ביי כלל ישראל, און זיי מתפלל אז עס זאל עפעס אויפטוען, ווי אויך אז סזאל נישט ארויסקומען דארטן א מכשול.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 19:39 לינק ישיר 

מאך נישט קיין מעשוית אויף יענעם ווייל די ביסט און פאניק.
ר' אהרן האט קיין איין מאל נישט צי געגליכן דעם כינוס צו בחירות.
נישט נאר ער האט עס נישט ציגעגליכן נאר האט ער נישט ארויס געזאגט זיין מיינונג ביז דער לעצטע מינוט כדאי נישט אפשוואכן דער כינוס אבער צי זאגן אז דער כינוס איז ביהרוג ואל יעבור מאן דכר שמיה (חוץ די ווייל די ביסט און פאניק)
ער האט נאר געזאגט אז דער פאקט איז אז אינז זענען דער איינציגסטע וואס גייען נישט צום כינוס ממילא קענען מיר שפירן ווי אזוי אינזער ברודער שפירן זיך און א''י ביי דער בחירות (וואס דאס איז א עכטע איסור)ממילא זאל מען זיי שטיצען.
אויב זענט איר נאך אלץ שטארק און פאניק (ווייל מרייסט זיך ביי ענק ביי דער קעפ )קענט איר עפענען נאך אפאר אזעלכע אשכולות צי בארהיגן דיינע קעלבלעך. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 19:46 לינק ישיר 

ר' מאיר יודל מיט שאפראנער רב מיט ר' מנשה פילעף זענען געווארן טריפה ביי די זאלי'ס יעצט אלעס ווייל זיי זאגן זייער דעת תורה

דעס זע איך פין די ווענט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 19:49 לינק ישיר 

נישט נאר אז ער האט נישט געזאגט אז ס'איז ביהרוג ואל יעבור (כניסח זאלי). נאר ער האט אפי' נישט געזאגט אז ס'איז א איסור בכלל. ער האט נאר געזאגט אז פאסט זיך ניזט פאר א סאטמערע חסיד צי גיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 19:56 לינק ישיר 

שיין דערלעבט. דער טשאדער פערד, מחלל קידושין, אפיקורס וכו' וכו' איז געווארן א "ר' מאיר יודל" איבערנאכט, אלעס ווייל ער האלט פונקט ווי ר' אהרן בנוגע כינוס כלל ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 19:56 לינק ישיר 

איך האב דירעקט נישט אטאקירט ר' אהרן מיטן מדמה זיין דאס צו בחירות, איבער וואס איך שרייב, איך האב דאס בלויז דערמאנט בחצי עגולה, איך בין טאקע נישט זיכער וואס ער האט גערעדט, (אויף די קעפל פון הייד פארק איז משמע אז ער האט דאס צאמגעטשעלט, סאיז א מורא'דיגע חילול ה'), איך האב בעיקר אפגעוואנדן זיין צוגלייך בנוגע די פילינג פון די ארונים, סאיז דא צווי חילוקים, א' דארטן ווייסן די אידן אז זיי האלטן זיך צוריק צוליב א איסור, צווייטענס, האבן זיי בעקינג פון חוץ לארץ.

קעפל פון הייד פארק "האדמו"ר מסאטמר ממשיך במתקפה על כנס הטכנולוגיה • כמו הצבעה בבחירות".




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 19:58 לינק ישיר 

איך האב דירעקט נישט אטאקירט ר' אהרן מיטן מדמה זיין דאס צו בחירות, קוק איבער וואס איך שרייב, כצ"ל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר' אהרן אין פאניק!! נעמט זיך רעדן מאדנע זאכען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext