אט איז א טייל פון די פון פאראויס פארגעשריבענע רעפארטאזשען,
,6:00, ס'ווערט יעצט אריין געברענגט די ספעציעלע שטעקענעס פאר די רבנים, סטעי טונד!!
6:15 אדמור מקאוואטשהאזע גייט יעצט נעמען ס'ערשטע באלי! די משוררים זינגען התעוררות ניגונים!! מ'זינגט יעצט די ד' בבות ניגון מ'כאפט אריין פאר די ליטאים קומען אריין.
6:15, מ'פארקויפט ווער ס'זאל קענען כאפן ס'ערשטע די באלי און עס קענען ווארפן ווייטער!
6:30, משה שמואל דשופניק האט אפגעקויפט דעם זכות פארן אסטראנאמישן ציפער פון 500 טויזנט דאללער!! עריז מכבד דערמיט אדמור מ'סאטמאר שליט"א!
6:35, די קאראוואן פון אדמור מ'סאטמאר האצעך יעצט אפגעשטעלט אין צענטער פונעם פיעלד! מ'קען זעהם דעם רבי'ן שליטא ארויסקומען פון די דריטע קאר מיט די מערסטע בליצערס!
6:40, די רבי אישוין גרייט, די מוזיק שפילט שוין לעבעדיג די סאטמארע "אחת ואחת" סיז א קידוש השם איום ונורא צו הערן אזא ריזן פול טוינזט קעפיגן עולם אויסציען דעם "תתתת" נאך יעדע "אחת" ווי די באוויזטע "ש" נאך אחת ושש!! מי שלא שלא שמע ששש זו לא שמע ששש מימיו!!
6:42, אדמור מ'סאטמאר וויל ווארפן ס'באל דוקא פאר אדמור מ'פשעווארסק אבער וויבאלד עריז נאכניש אין זאל און אויך דער מחותן המשולשת איז אויך ניש צום האבן, האט מען אפירגענומען זיין ברודער אדמור מ'ברך ליפא, וואס עריז דאך א טשעמפיאן,
6:45! אדמור מ'ברך ליפא אישוין אין פאזישען! די ארקעסטרע שפילט זיין באוויסטן "דאמיראאאן בעלמא"!
6:46, איינס! צוויי און דריי!! די רבי הייבט יעצט אויף זיין שטעקן און געט א גוטן זעץ מיט די זילבערנע זייט פונעם שטעקן!! די באלי פלייייט!! דער גאנצער עולם זינגט הויך די זעקסטע הקפה ניגון!! זענטער רב שטייט מיט אויסגעשפרייט פיס וראשו בין כרעיו, זיין הענט איז גרייט בין תנור לכריים וידו על התחתונה! די באלי קומט צו פליען! גראד אריין אין ציל!! אשרי עין ראתה בשמחת קהלינו!! פון אלע זייטן "סאטמער" "סאטמער" "סאטמער",