דזשעי נעט אנפירער האבן זיך אויך היינט געטראפן מיט עסקני פאפא און ערקלערט אז ביז היינט האבן זיי געהאט א פראבלעם, אז זיי זענען נאר צוגעשטעלט פאר די-עס-על, און נישט פאר קעיבעל, און רוב נייע קאנעקשאנס זענען קעיבעל אדער פייאס.
סאו, אלע וואס זוכן א פילטער מוזן אנקומען צו סאניק-וואל אדער ענליכע באַקסלעך וואס מ'קאנעקט פון אינעווייניג (אנדערש ווי דזשעי-נעט וואס פילטערט שוין פון אינדרויסן) און מ'דארף עס אויפסעטן פונקטליך וואס מ'וויל בלאקן און מ'קען עס ארומטוישן אויב מ'האט די פעסווארד.
איצט איז דזשעי-נעט אויפגעקומען מיט זייער אייגענעם באַקסל (זיי ארבייטן שוין דערויף צוויי יאר, און אפשר איז עס נאכנישט אינגאנצן פארטיג, אבער זיי זענען עס גרייט צו מעלדן אויפ'ן פארלאנג פון עסקני פאפא) וואס ארבייט אויך אויף דעם וועג צו פילטערן פון אינעווייניג, אבער זיי זאגן אז עס קומט שוין אויפגעסעט פאר'ן היימישן עולם, מיט אלע ריסטריקשאנס וואס פעלט אויס, און אפשר גאר מיט א שטאפל ווייטער ווי אנדערע.
זיי האבן איבערגעגעבן פאר די פאפא עסקנים פארשידענע אפציעס פון דעם פילטער, א האום-בעיסט פילטער, און א ביזנעס-בעיסט פילטער אא"וו, מ'וועט קענען בלאקן בילדער, בלאגס, יו-טוב, אא"וו. זיי האבן פאר ביזנעסער אויך א אפציע צו האבן אפן "עפעס" יו-טוב קאטעגאריעס.
הקיצור, זיי פרובירן צו מאכן ווי מער צוגעשטעלט צו די געברויכן פונעם קאסטומער
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 20/05/2012 20:55:39
 |
|
|