בית פורומים כל העולם כולו

וואס צירייסט מען דעם סאטמאר רבי'ן?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/5/2012 20:31 לינק ישיר 
וואס צירייסט מען דעם סאטמאר רבי'ן?

ס'האבן זיך ארויפגעווארפן ווי א כאפטע פארציקענדע וועלף אויפן סאטמאר רבי'ן אזש מ'וויל אים ציפליקן אויף שטיקער

אלעס פארן זיך האבן זיין קלארן מיינונג און זיך נישט טוישן בכל הון דעלמא

אפשר מעג א מענטש זיך האבן זיין אייגן מיינונג,

אפשר מעג א מענטש פירן זיין אייגן קהלה לויט זיין שכל,

האט ער אמאל געסיינט קאנטראקט מיט רב סאלאמאן?

איז ער מער משעובד צום סקולענער רבי'ן זז"ג אדער צום סאטמאר רבי'ן זצ"ל

דער מענטש שרייט און וויינט קעגן אינטערנעט מער ווי סיי ווער ווי די אלע צדיקים כל אחד בשמו יבורך
 
דער מענטש האט שוין מתקן געווען תיקונים להלכה למעשה מער ווי סיי ווער פון די אלע צדיקים כל אחד בשמו יבורך

האט דען איינער דאס מינדעסטע הוה אמינא אז דאס זיך צאמקוועטשן מיט די טשופיקעס פאר 1 נאכט גייט אויפטון אזעלכע גדולות ונצורות פאר סאטמארע מענטש אזש אז בכגון דא מוז מען ציברעכן די 150 יאריגער חומת ההתבדלות,

געוואלד אין געשריגן!

עד היכן יגענו?

לאזט דעם מענטש מנוחה!!

ער וואונטש גרויסע הצלחה פאר אלע משתתפים,

אויב די זלמונים האלטן אז נאר מיטן גיין מיט ציונים וועלן זיי ארויסווארפן די אנטערנעט, געזונטערהייט גייטס אהין ווערצט פארגלאצט דארט פון די גדעילים, און לאזט אונז מנוחה,



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 20:38 לינק ישיר 

מהר"א האט נישט געוואלט בשום אין אופן שאדן מאכן פארן כינוס
האט ער געשוויגן און געשוויגן טעג און וואכן
ביז מען האט שוין פארקויפט 75 טויזנט טיקעטס
ווען ער האט געפילט אז ער וועט גארנישט מער שאדן טון פארן מעמד
מיטן זאגן זיין הוראה פאר זיין אייגענעם עולם
ער איז נישט מחייב קיין איינעם וואס באלאנט נישט צו אים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2012 21:48 לינק ישיר 

די ערשטע קשיא וואס דו האסט אויף די זאליס?

איך האב געהערט די וואך א גוט ווארט, א ליטווישער ראש ישיבה האט געפרעגט איינער פון אונזערע דיינים, היתכן די רבי שטעלט זיך אזוי ארויס קעגן דעם כינוס, פארוואס ער איז עס נישט מחזק

האט ער אים געענטפערט: דער רבי האט נישט געקענט מער מחזק זיין דעם כינוס מיטן זאגן אז מען זאל נישט גיין, אזוי זענען געווען א פאר רבנים וואס האבן זיך דייקא ארויסגעשטעלט אז מען זאל יא גיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 22:09 לינק ישיר 

קושקע לאז דיך נישט פון די זאליס פארפירן אז כאילו איינער דארף אפילו מסביר זיין דעם רבינס שיטה
ווייל זיי ווילן נאר מזאל נישט רעדן פון די טעראר און פון די בלבל המוחות וואשעריי וואס גייט פאר ביי די זאליס
א זאלי זאגט מיר אז זייט די 6 טאגיקע מלחמה איז נאך אזא בלבל נישט געווען ביי זיי
כהער נאכזאגן פון איינע פון די זאלמונים שוויצער אן אויסדריק כהאי לישנא "אונזער ארבעט פון 30 יאר קעגן ר' אהרן איז יעצט געגאנגען לטמיון"
לאז די שוטים זיך אויפוועקן מארגן אז פארשטינקענע פיש געגעסן מיט אלע קרייזן און פארטייאישע ציונים (וועלכע האבן נישט גערופן חב"ד צולבן חרם פון רב ש"ך קעגן זיי פארן שטערן זייערע בענקלעך אין כנסת המינים) 
און פון שטאט (סאטמאר ווי וומ"ס ק"י ועוד) ארויסגעוואפן בשין ועין און מער וועלן די שוטים נישט קענען שרייען ר' אהרן ציוני וויזניץ פוי אמער אויב וויזניץ פוי טא איז שטיינמאן מיט רב קוקס תלמידים פון מאנהעטן קדוש קדוש?

כהאב געהערט פון איינעם א שטארקע טענה די זאליס זאגן אז סאיז זייער אסיפה און זיי קאנטראלען עס אזוי ווי רבינו הקדוש תשכ"א טא איז דאך די קשיא הימל שרייענד: ר' אהרן איז צא טמא ווייל זיין שווער איז געווען וויזניצער רבי און דא "רופן די זאליס" א שליח פון רב שטייינמאן (רב דן סג"ל שליט"א) כשיטתם אז סאיז כאילו "זיי פאררופן" דעם כינוס, און דאס איז נאר די זיכערע בובו יעצט גיי ווייס וואס נאך דא גייט זיין איז דאך אלעס באשטעלט פון די זאליס וויל זיי פאררופן עס כלשונם, נישטא ווער זאל לאכן נאר צוצוקוקן ווי השי"ת פירט די וועלט און דאס שלייער פון די פאלשע קנאים הולכים לבג"ץ ווערט כסדר אויפגעדעקט אז סנחת צוקוקן   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 22:55 לינק ישיר 

די זלמונים ממילא ביי זיי איז דאך נישטא קיין טראפ ראשינאל,
אבער איך האב גרויס טענות אויף די מארגנים פון די כינוס,
וואס איז די העזה צו ארומגיין צו אדמורים מיט אזא מענטעליטי אז גאנץ כלל ישראל איז משעובד דערצו און יעדער מוז מקבל זיין זייער הנחה אז נאר א ערבוביא פון כלערליי קרייזן גייט ראטעווען דעם דור,
איך קוק עס אן ווי א שטיקל חוצפה, דא ארבעטן און שוויצן מנהגי קהילות קדושות פאר לאנגע יארן צו אויפטון גדולות ונצורות יעדער ווייסט אז דאס גייט נישט געלעזט ווערן און איין נאכט,
קומט אויף אפאר "בעלי בתים" מיט א "קיבוץ גליות" המצאה, טרייבן אויף די געפילן פון אפאר געדעילים מיטן סקולענער רבין, און זאגן נע אלעס וואס מ'האט געטאן ביז איצט איז גארביטש, דאס איז לריק, נאר וואזשע דען מ'גייט מאכן א גרויסע עמאשענעל קאנווענשן א מעמד הר סיני מיט אלע ציונים פאר 2 שעה, און "דאס" גייט זיין ענדליך די לעזונג!!

איך האב דיך אין בוידעם!!!!

האסט פיינע איידיעס, אבער סאיז סך הכל א המצאה, נישט מער, און איך האב נישט קיין שום שעובד עס צו מקבל זיין, עכ"פ זיכער נישט צו ברעכן אלטע פרינציפן פון מיינע עלטער זיידעס,


קריך אראפ פון מיר,


די זעלביגע, דאס אז ס'איז געקומען צו אזא מצב אז קינד און קייט שמועסן "איין באבובער רבי רב"צ וואס איז נישט פון קנאיש'ן חדר איז א פורש מן הציבור"....וואספארא מין עקלדיגע חוצפה איז דאס!!! האט שוין נישט דער באבובער רבי קיין דעה וואזוי צו פירן זיין עדה, ער מוז זיך מיטאמאל פארענטפערן!!! ביי איהם איז נאר דא איין ציבור דאס זענען זיינע חסידים און קיינער האט קיין שום רעכט איהם א דעה צו זאגן,
איך קען לגמרי נישט ר' בנציון, אבער איך ווייס פאר א פאקט אז דער מענטש לייגט אריין כוחות עצימות און זיינע חסידים אין טאקע בענינים טעכנולאגיע, און ער ברויך זיך פאר קיינעם פארענטפערן איבער וויזוי ער פירן זיין עדה קדושה, צו ער איז יא פון א קנאישען חדר צו נישט,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2012 06:27 לינק ישיר 

דאס וואס רז''ל'ס חסידים האקען אויף באבאוו איז צילוב זייער שיעבוד פאר פאר רמ''ד, אין לגופו של ענין האט קושקע א שטערקע נקודה, עס וועט יעדער מודה זיין אז סאטמאר האט פין די שטרענגסטע פרינציפן קעגן די אינטערנעט אין פינקט ווי סאטמאר האט נישט געקענט ארויפצווינגען זייערע מהלך אויף די פרעמדע קרייזען די זעלבע קענען די פרעמדע קרייזען נישט ארויפצווינגן זייער מהלך אויף סאטמאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2012 20:11 לינק ישיר 

מיר געדענקן נאך גוט ווען מען האט אימפארטירט דעם ציוניסטישער מן הארץ, דעם לינקן ר' זלמן פון די יהודה בערג, האט אונז דער רשע כל הדורות דער מנוח וויגדור יאקאבאווטיש זאל ריען און ליכטיגן גיהינום פארשפראכן, אז עס קימט גוטע צייטן, עס וועט זיין איש תחת תאינתו ותחת גפנו, דער קרוין וועט ציריק קימען פונעם ווייטן יושנה, יעדער רב און יעדער דיין וועט קענען האבן זיין אייגענע מיינונג, מעט וועט נישט זיין מער אונטערגעווארפן אונטער סאטמארער רב'ס מיינונג, וכו וכו.....

איצט ווען רבינו שליט''א האט געזאגט זין דעת תורה, נישט זיין אייגענע, נאר דער דעת תורה פון רבינו הקוה''ט זי''ע, זענען די זאליבאנצעס ציווילדעוועט וואו משיגענע הינט, און הערן נישט אויף אראפ צו רייסן דעם רבן של ישראל פארן זאגן זיין אייגענע דעת תורה,

דאס מיינט אז יעדער רב קען האבן זיין אייגענע מייינונג? דאס איז די גיטע צייטן וואס די יאקאבאוויטשליך האבן אונז פארשפראכן? פאר דעם געלט האט שוין דער ציוני רעב זאלישעל געקענט פארבלייבן בארץ!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 00:29 לינק ישיר 

האנדא איך מיין אז ס'איז איבריג צו באנוצן אזוינע לשונות אויף שוכני עפר, עס איז א סכנה, נישט קיין חילוק ווער עס איז. ער האט פיינע ערליכע קינדער און אייניקלעך וואס האבן נישט געטון דאס וואס ער, און ליידן זיך אפ פאר אים, עס איז נישט מענטשליך זיך אזוי צו אויסדרוקן. איך האף די פארשטייסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס צירייסט מען דעם סאטמאר רבי'ן?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext