| נשלח ב-21/5/2012 00:44 |
|
| |
ויהי ממחרת
עס איז מאנטאג אינדערפריע, מ'האלט שוין נאכן כינוס, מ'האט שוין תהילים געזאגט אויף הרב אלישיב, מ'האט שוין בארומט הרב שטיינמאן, מ'האט שוין געהערט דברות קודש מאת הגה"צ לוחם מלחמת ה' צדיק וישר החסיד המרומם מזקני תלמידי רבינו ז"ל נאך פון קראלע פסח קראהן שליט"א, מ'האט שוין זיך צוזאמגעזעצט מיט מזרחי און אגודה און אוודאי די ערליכע אידן פון פייוו טאונס, מ'האט זיך שוין צוזאמגעזעצט מיט די מחללי שבתות בפרהסיה אין ווילי (די עירוב טראגער), מ'האט שוין אנגעלערנט דעם אהרנ'ן, מ'איז שוין געווארן די נועם המידות, מ'האט זיך שוין צוקריגט מיט די אייגענע מחותנים און דיינים, מ'האט זיך שוין באזכיעט, מ'האט שוין געראטעוועט מוסדות חסד לאברהם, מ'האט שוין געגעבן פאר 13 יעריגע בחורים טיקעטס וועלכע האט בילדער פון נשים נוכריות אויף די צווייטע זייט מיט א קיופאן פאר ווידיאס און געימס, מ'האט שוין געהערט די דרשות אויף אלע 70 שפראכן, ר מאטאלע האט זיך שוין פאטאגראפירט, דער עולם איז שוין אנציקט געווארן פון די ריזיגע אדווערטייזמענטס פון קהילה הקדושה באדווייזער און מוסדות הקדושים פאקס ניוז, אינגלעך מיט ישיבה קטנה בחורים האבן שוין פינטקלעך געהערט וואס מ'טאר נישט טוהן בפירוט הדיק היטב, שוין באליידיגט אלע רבי'לעך אאון ראשי הישיבות וועלכע זענען נישט געזין אינעם סאמע אויבן אן ווי די טעלעוויזיע האט א גוטן בליק, און יעדער ווייסט שוין באמת אז הגז"ל איז דער סאטמארע רבי אין די גאנצע וועלט.
וואס איז יעצט? מ'האלט שוין א טאג שפעטער, ממש אן עולם הפוך ראיתי. דער עולם האט געמאכט א גרויסע מדורת אש און מער נישט דא קיין טעלעפאנען, די עולם דרייט זיך מיט טייפרייטערס אין טאש, די ביזנעס לייט וועלכע האבן קוראדש האבן א ביפער. עי.טי. ענד טי. האט אריינגעשטעלט די פאבליק טעלעפאנען אין יעדע ווינקעל פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לעיקוואד, פלעטבוש, פייוו טאונס, ועוד. די בענק קראכן נישט קענען נאכקומען די פארלאנג פון קוואדערס. די טעלעגראמען קאמפעניס זענען צוריק אין ביזנעס, מר. צוקערבערג האט זיך גע'גט מחמת עגמת נפש, גוגל האט זיך פארמאכט, דער עולם קויפט די גרויסע באקס קאמפיוטערס צוריק מיט די שווארץ און ווייסע סקרינס, דער עולם שיקט מעסעדשעס מיט פייגלעך, ועד כלל ישראל ערלויבט צו ניצן נאר כשר'ע פייגלעך, און נעבעך נאר די אפגעריסענע ארוינים האבן אזא מין כלי וואס הייסט טעלעפאן און א קאפיוטער, או ןב"ה כי לא השבית לנו גואל, און דער אייבערשטער האט אונז געפירט אזא מנהיג אמת ווי הגה"צ אדמו"ר מזענטא שליט"א, ואחיו הקטן הגז"ל שליט"א.
כי לך טוב להודות
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 01:09 |
|
| |
ממחרת השבת וועט יעדע קהלה פאר זיך מוזן צוקומען צו די עצה פון מהר"א איינצופירן תקנות לדורות די גרויסע אספסוף אסיפה האט גארנישט צוגעלייגט צום געשעפט יעדער מוז מאכן שבת פאר זיך מיט זיינע אייגענע שטרענגע תקנות
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 01:12 |
|
| |
וואס טראכסטו? דו האלסט נישט אז ווען סאטמאר מיט פייוו טאונס שטעלט זיך צוזאם, דעמאלס וועט קומען די גאולה? דו ווייסט נישט אז משיח האט געדארפט קומען אין סיטי פיעלד, ער האט גע'קענסלט ווייל ער האט געהערט אז אהרן קומט נישט און ער האט צובראכן דעם אחדות פון סאטמאר מיט הרב אלישיב?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 01:23 |
|
| |
א דערמאנונג צו מיינע ברודער זלוינים: אזוי ווי איך בין זיכער אז נאכן כינוס וועסטו מער נישט ארויפקומען דא אויפן אינטערנעט, דעריבער קוק איבער דיין לעצטע תגובה, ווייל אזוי וועט מען דיר געדענקן. מאך זיכער אז עס איז לפי כבודך ורצונך אז דיין זכרון וועט אזוי זיין, ווען איך וועל ווייזן פאר מיינע אייניקלעך אז אזוי האט אויסגעזעהן ביז יאר תשע"ב ווען א זאלי האט נאך געשריבן אויף אינטערנעט. זכר לאינטרנט כזלי, כן עשה חסיד מהרז"ל שהיה רוצה לכתוב נגד הרב אהרן טייטלבוים, היה מתיישב על כסאו ומדליק את מחשבתו, וכותב דברים ללא טעם ורוח, והיה כורך שטותים בשקרים ואוכלם כדי לקבל פרס בהסיבה.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 01:24 |
|
| |
בחורים, הערט אויף מיט די קינדישקייטן!
צו די אסיפה זעלבסט וועט עפעס אויפטוהן, איז טאקע א שאלה גדולה, אבער די התעוררות ארום די אסיפה האט שוין זייער אסאך אויפגעטוהן, און עס איז אונז א נחת רוח אז די וועלט האט זיך אויפגעוועקט צום פראבלעם.
אבער: אונזער פלאץ איז נישט דארט, אפגעזעהן צו מען גייט יא רעדן פון שטיינמאן אדער נישט.
די וועלכע זענען יא געגאנגען צום כינוס, האבן געבראכן היסטאריע מיט ווייזן אז א קהילה וואס האט נישט קיין הנהגה, ברעכט טאטאל אונטער נאך 35 יאר, ווען אלע אמאליגע פרינציפן ווערן צובראכן ווי א זייפן בלאז אן קיין שום בושה.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 21/05/2012 01:24:55
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 01:27 |
|
| |
און אז מען רעדט שוין יא פונעם "והי ממחרת", איז דער גרעסטער רחמנות מנשה פילעפף.
10 יאר ביטערע הארעוואניע צו ווייזן פאר די וועלט אז די ארונים זענען ציונים, און די זאלונים זענען די ריכטיגע אמת'ע קנאים, איז געגאנגען אין מיסט אין איין נאכט!...
דאס איז נישט גרינג אראפצושלינגען, אבער.. דעמעדש איז דאן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 01:28 |
|
| |
וויאזוי זעהן אויס די גאסן אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק? זעט מען א מאנספערזאן אויפן גאס? איז דא אין די בתי מדרשים מנינים מנחה מעריב? איך בין זייער ווייט פון די צענטער לכן ביטע אפדעיטן די וואס וואוינען ווייט אוועק
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 06:12 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  | און אז מען רעדט שוין יא פונעם "והי ממחרת", איז דער גרעסטער רחמנות מנשה פילעפף.
10 יאר ביטערע הארעוואניע צו ווייזן פאר די וועלט אז די ארונים זענען ציונים, און די זאלונים זענען די ריכטיגע אמת'ע קנאים, איז געגאנגען אין מיסט אין איין נאכט!...
דאס איז נישט גרינג אראפצושלינגען, אבער.. דעמעדש איז דאן. |
|
דער בעסטער פוינט
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 06:17 |
|
| |
תוקן על ידי גרוינים ב- 21/05/2012 06:33:26
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 06:31 |
|
| |
תוקן על ידי גרוינים ב- 21/05/2012 06:32:56
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 07:00 |
|
| |
זאלי, ס'האט זיך געלוינט אויפצוגעבן די נאמען "סאטמאר" פאר דעם כינוס?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 07:46 |
|
| |
מיין פריוואטער "ויהי ממחרת":
פאר די קומענדיגע וואך וועט גאר שטרענג גענומען ווערן דער פארבאט צו עפענען טאפלטע אשכולות. א פארלעצונג פון די תקנה וועט מעגליך קענען פירן ביז צום ווערן גענצליך אויסגעשפארט.
ראו הוזהרתם.
|
|
|
|
|