| נשלח ב-21/5/2012 04:40 |
|
| |
רז"ל ט"ב: יישר כח!
איך האב נישט געוואלט גארנישט שרייבן ביז יעצט, ווייל איך בין נישט געווען אינטערעסירט אז ס'זאל אויסזען כאילו איך זוך ארונטערצורייסן דעם כינוס, ויה"ר שחפץ ה' בידם יצליח און זיי זאלן קענען ברענגען א לעזונג צו דעם שרעקליכן מאנסטער - וואס דערווייל זע איך בעניות דעתי נישט קיין שום געהעריגע לעזונג צום אויסטערלישן פראבלעם פונעם אינטערנעט. הלואי זאל מען עפעס אויפטון דארט.
כ'האב שוין געזען א ים מיט אשכולות דערוועגן, אבער איך וויל פארט ארויסברענגען מיינע צוויי צענט.
איך האלט אז תלמידי וחסידי סאטמאר קענען און דארפן - לדאבונינו - זיך קלאפן אויף די פלייצע, און צוריקקוקן מיט 13 יאר און זאגן: יא, רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און זיינע געטרייע תלמידים וחסידים שומעי לקחו, זענען געווען ביטער גערעכט!
דער רבי איז געווען גערעכט...
...ווען ער האט מקבל געווען אויף זיך די הנהגה פון קהילת סאטמאר, קעגן דעם ראט פון גוטע פריינט, בלויז כדי עס זאל איבערבלייבן א שם ושארית פון די הארעוואניע פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע!
דער רבי איז געווען גערעכט...
...ווען ער האט נישט געוואלט איבערלאזן די הנהגה אין סאטמאר פאר [ערליכע] אידן וועלכע בייגן זיך לויט יעדן בלעטל פונעם ווינט, לויט ווי ס'בלאזט אין יענע מינוט!
דער רבי איז געווען גערעכט...
...ווען ער האט באשוואוירן זיין זון ר' זלמן לייב אז ער זאל נישט נעמען אויף זיך קיין עניני הנהגה!
דער רבי איז געווען גערעכט...
...ווען ער האט זיך אויסגעדרוקט מערערע מאל אז "איך קען מיין זון ר' זלמן לייב", און מ'קען אים נישט געטרויען מיט קיין הנהגה, זיכער נישט פון די הייליגע סאטמארע קהילה!
דער רבי איז געווען גערעכט...
...ווען ער האט אונז אנגעזאגט מערערע מאל אויף פארשידענע אופנים אז כ"ק מרן רבינו שליט"א איז דער ריכטיגער ממשיך דרכו וממלא מקומו פון רבותינו הקדושים זי"ע, ובלעדו לא ירים איש את ידו ואת רגלו!
אינעם יעצטיגן מאמענט, ווען עס שטעלט זיך קלאר ארויס אז דער נועם הארץ רז"ל ט"ב האט פאר נארישע פאליטישע חשבונות פארקויפט דעם נאמען סאטמאר פאר א נזיד עדשים, און זיך געבראכן צום דרוק פון דרויסנדיגע רבנים - כבודם במקומם מונח - דורך צוברעכן דעם חומת ההתבדלות און צוזאמשטעלן סאטמאר אינאיינעם מיט אזוינע פארטייען און גרופעס וועלכע זענען קעגן אלעס וואס רבותינו הקדושים זי"ע האבן אונז געלערנט, און ער האט נאך מיטגעשלעפט מיט זיך די א.ג. 'דיינים' וועלכע זיצן אויף זיין פעיראלל.
ווען עס שטעלט זיך ארויס אז מרן רבינו שליט"א איז דער ריכטיגער מנהיג ישראל, וועלכער איז שוקל און דן יעדע נושא לעומקן של דברים, באזירט לויט די פעלזן פעסטע פרינציפן וואס ער האט מקבל געווען פון אונזערע הייליגע רבי'ס זי"ע, און האט נישט מורא צו לאזן הערן חוות דעת תורתו אן קיין שום מורא פאר מה יאמרו הבריות און קיין שרעק פון דרויסנדיגע פרעשור - טראץ וואס יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז פאליטיש האט ער זייער אסאך דערלייגט דערפון.
יעצט איז די ריכטיגע צייט צוריק צו קוקן און זען ווי ווייט עס האבן געזען עיניו הבדולחים פון רביה"ק זי"ע, און דאנקען דעם אויבערשטן אשר לא השבית לנו גואל, און האט אונז חונן דעת געווען נישט אריינצופאלן אין די אומצאליגע נעצן וואס די סטרא אחרא האט פאר אונז אויסגעשפרייט, אמאל כעכו"ם נדמה לו און אמאל כת"ח נדמה לו, צו קענען זיך אנהענגען באילנא דחיי, מרן רבינו הגה"ק שליט"א, ולאורו נסע ונלך עד ביאת משיח צדקינו.
יישר כח ר' זלמן לייב, פאר'ן אזוי קלאר און דייטליך צייגן פאר די גאנצע וועלט, למי החותמת ולמי הפסולים!
תוקן על ידי געגאנגען ב- 21/05/2012 04:42:33
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 04:52 |
|
| |
פונקט ווי די אגודה מיט הונדערט יאר צוריק
נאך איין נקודה וואס איך פיל אז ס'איז נישט גענוג ארויסגעברענגט געווארן. פון אסאך סאטמארע אידן האט מען געהערט פארשידענע פשעטלעך וועלכע האבן פרובירט אפצוטיילן צווישן דעם יעצטיגן כינוס מיט'ן סיום פון דף היומי, מיט פארשידענע הסברים. וואס מען פארגעסט אבער איז דער פאקט אז פונקט הונדערט יאר צוריק ווען די אגודה האט זיך געגרינדעט (סיון תרע"ב) האט מען געזינגען דעם זעלבן ניגון וואס די ארגאניזירער פונעם כינוס זינגען יעצט.
אויך דאן איז דער ציל פון גרינדן די ארגאניזאציע געווען צו באקעמפן די גרעסטע סכנה וואס האט דאן געשוועבט איבער כלל ישראל: ציונות - וואס ס'איז הכל מודים אז ס'איז נאך אזא סכנה ווי דער אינטערנעט.
אויך דאן האבן די גרעסטע גדולי ישראל זיך צוזאמגעשטעלט און אנגעפירט די ארגאניזאציע - דער הייליגער חפץ חיים זי"ע פאלט מיט גארנישט ארונטער פון כ"ק הגה"ק מסקולען שליט"א.
מיט דעם אלעם האבן רבותינו הקדושים זי"ע ביטער באקעמפט יעדן פרואוו צו גיין אינאיינעם מיט די ניי געגרינדעטע ארגאניזאציע, טראץ די אויסטערלישע וויכטיגקייט פון באקעמפן די רוחניות'דיגע סכנה פון ציוניזם.
נישט פארגעסן, דאן איז נאכנישט געווען די טענה אז די אגודה גייט אינאיינעם מיט די מדינה (וואס איז ערשט קלאר געווארן 25 יאר שפעטער, ביים כינוס אין מארינבאד תרצ"ז) אדער שטעלט זיך צוזאם מיט ציונים.
דאן, ווי היינט, זענען די אונגארישע רבנים און די איבריגע גדולי ישראל וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט קעגן די אגודה פארשריגן געווארן אז זיי צוברעכן דעם כח פון אחדות וואס שטעלט זיך ארויס צו באקעמפן די ביטערע סכנה.
דאן, ווי היינט, זענען די אנטי-אגודה גדולים געווארן דאס געלעכטער פון רוב רובם פון כלל ישראל, וועלכע האט זיך יא געשטעלט אונטער די אגודה.
דאן, ווי היינט, זענען געווען א רייע גדולים אפילו פון קנאי'שן חדר וועלכע זענען פון אנהויב יא מיטגעשטאנען מיט די פעולות פון די ארגאניזאציע - טאקע כדי צו ראטעווען כלל ישראל.
פארט האבן רבותינו הקדושים בעיניהם הבדולחים פארגעזען די גרויסע פראבלעמען פון פרובירן צו פאראייניגן גאנץ כלל ישראל אין איין גרויסן טשאלענט טאפ און מאכן אייניגע תקנות און לעזונגען פאר יעדן איינעם.
די הויפט טענה קעגן אגודת ישראל פון יענע יארן איז געווען צוויי זאכן: 1) אז מ'שטעלט צוזאם די השגות פון ערליכע אידן אין די קאלטע דייטשלאנד, מיט ערליכע אידן פון אונגארן, וועלכע זענען געווען עשר מעלות העכער; 2) אז די ארגאניזאציע ווערט געפירט דורך א רייע עסקנים (ערליכע), וועלכע נוצן דעם נאמען פון די גרעסטע גדולי ישראל פאר זייערע צוועקן.
איינער קען טרעפן א חילוק צווישן אמאל און היינט?!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 05:06 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 05:28 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 05:45 |
|
| |
שוין 13 יאר וואס רז''ל פראבירט צו פראגראמען אין זיינע מענטשן אז ער איז דער ריכטיגער קנאי אין די סאטמארע זענען לינק (טראץ די בג''ץ, מגן דוד דרשה, אא''וו) היינט האט ער וועגן די פאליטיק געמאכט אזא שארפע יו טורן אין ציבראכען זיין לאנגיעריגע הארעוואניע אין געטוהן אזא לינקע שריט אזש פין זיין אייגענע רייען האט זיך אנגעהויבן שווערע מלחמות א שטייגער ווי הרב מארגענשטערן, טענענבוים, פילאף, קאהן, שאפראן - מחותן, אין אזוי ווייטער, קוקט אויס ווי דער משל פונעם קאץ מיטן מייז וואס האט אלעס אראפגעווארפען ווען ער האט געזעהן די מייז
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 05:46 |
|
| |
עס וואלט געווען כדאי אויב איינער קען ארויפלייגן די דברי ילדות וטיפשות וואס רז''ל האט געזאגט די וואך ביי שלוש סעודות אויף דוד המלך פין בכל יום היתי מחשב למקום פלוני אני הולך וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 19:28 |
|
| |
און אויב כ'מעג צולייגן נאך איין זייטיגע קליינע נקודה, ווען איך האב געהערט די דרשה פון הגה"צ ר' טורדוס זילבער שליט"א האב איך באלד ארויסגענומען פון זיינע ווערטער, לויט ווי ער האט געשילדערט דעם כינוס, אז מ'האט אים פארדרייט א קאפ און פארקויפט באבקעס כדי ער זאל זיך ארויסשטעלן לטובת דעם כינוס.
העכסט ווארשיינליך האט מען אים איינגעמיירעט דעם זעלבן נוסח וואס די זאליס צווישן זיך האבן אנגעשמירט פאר זייערע אייגענע יראים, אז רז"ל האט באקומען דעם פולן קאנטראל אויפ'ן כינוס און וועט קענען פונקטליך איינטיילן ווער און וואס ס'גייען זיין די דרשות דארטן.
לדעתי לדעתי איז עס באשטעטיגט געווארן נעכטן ווען ער האט זיך אויפגעהויבן און אנטלאפן בשעת ס'האט זיך אנגעהויבן די ענגלישע דרשה. והוא רחום יכפר.
תוקן על ידי געגאנגען ב- 21/05/2012 19:29:44
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 19:35 |
|
| |
זייער פשוט, סיי רבינו שליט"א אין סיי להבדיל הגז"ל האבן געניצט דעם זעלבן מדרש. די חילוק איז נאר, אז רבינו שליט"א האט עס געטיישט, בכל יום ויום הייתי מחשב למקום פלוני אני הולך (דעם כינוס) אבער, ורגלי מוליכות אותי לביהמ"ד (צום רבין ז"ל אין ביהמ"ד אויף 500 בעדפארד)! ווידעראום הגז"ל האט עס בכוח עמרצתו פארטייטשט פונקט פארקערט, בכל יום ויום הייתי מחשב למקום פלוני אני הולך (מ'האט אייביג געטאן געהאלטן דרשות אין בתי מדרשים,) אבער אן ערפאלג, במילא ורגלי מוליכות אותי לביהמ"ד (צום כינוס)
נ.ב. מיר נעמען נישט אן צו פארענטפערפן די תורא פון הגז"ל ווי למשל וואס א ביהמ"ד האט מיט סטעדיעם אדער כוח הרבים..
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 19:56 |
|
| |
חלה דעקעלעך ווי איז געווען מער מענטשען ביי די הדלקה אין מאנרא אדער ביי די נעכטיגע הכתרה פין כ/ק אדמור מסאטמאר שליטא?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 19:57 |
|
| |
איך פארשטיי נישט
פארוואס די ארונים זענען אזו ביזי מיט די ענגליש ביי יעדע פראטעסט רעדט מען
ענגליש איז דען נעכטען נישט געווען א פראטעסט א קעגען דעם געוועזענם רב
השעיר...וואס איז אזו שווער צי פארשטיין
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 20:07 |
|
| |
IAMSMART כ'האב ליב דיין ניק...
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 21:06 |
|
| |
אויף הגרז"ל'ס של"ס תורה האט מיר עמיצער אויפמערקזאם געמאכט, אז ער האט שוין אמאל געהערט אזא סארט טייטש, בשם איינעם פון די ליטווישע ראשי ישיבה מיט יארן צוריק, ווי פאלגענד:
עס שטייט די וואך אין די סדרה, אשה כי תזריע וילדה זכר. וויל איך דא זאגן! "אשה כי תזריע" א בחור וואס וועט דרייוון, "וילדה זכר" אנע לייסענס, זאל ער וויסן: "וטמאה שבועיים"! מען וועט אים ווארפן פון די ישיבה!!!...
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 23:13 |
|
| |
איינער פון די קלוגע שרייבערס האט געשריבן אז נעכטן איז געווען די הכתרה פאר הגז''ל כנראה מען האט אים מכתיר געווען מיט א גרויסן זר של קוצים ודרדרים ער האט געגעסן פארשטינקענע פיש און מען האט פון די שטאט ארויס געווארפן.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 23:22 |
|
| |
גאגאנגען דברי פי חכם חן מתוק לחייך
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2012 00:39 |
|
| |
| 2לדעתי כתב: |  | זייער פשוט, סיי רבינו שליט"א אין סיי להבדיל הגז"ל האבן געניצט דעם זעלבן מדרש. די חילוק איז נאר, אז רבינו שליט"א האט עס געטיישט, בכל יום ויום הייתי מחשב למקום פלוני אני הולך (דעם כינוס) אבער, ורגלי מוליכות אותי לביהמ"ד (צום רבין ז"ל אין ביהמ"ד אויף 500 בעדפארד)! ווידעראום הגז"ל האט עס בכוח עמרצתו פארטייטשט פונקט פארקערט, בכל יום ויום הייתי מחשב למקום פלוני אני הולך (מ'האט אייביג געטאן געהאלטן דרשות אין בתי מדרשים,) אבער אן ערפאלג, במילא ורגלי מוליכות אותי לביהמ"ד (צום כינוס)
נ.ב. מיר נעמען נישט אן צו פארענטפערפן די תורא פון הגז"ל ווי למשל וואס א ביהמ"ד האט מיט סטעדיעם אדער כוח הרבים..
|
|
איך פארשטיי נישט וואס רייסטו אראפ דעם מן הארץ, ביי עם איז אלע יארן דער סטעדיום געווען דער ביהמ"ד אין די צייט וואס זיין עלטערער ברודער איז געזצען אין ביהמ"ד איז ער געזצען אין סטעדיום, דאס איז דער חילוק פארוואס ער טייטשט ורגלי מוליכות אותי לביהמ"ד - סטעדיום.
אבער נאר א קליינע קשיה, אויב דער סטעדיום איז יא א ביהמ"ד איז דאך די תקנות מיהאלוויץ חל אויפ'ן סטעדיום אז מ'מוז ארויס גיין, ולמן הארץ פתרונים
תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 22/05/2012 00:46:29
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2012 01:13 |
|
| |
זייער גיט געפרעגט.. פארדעם העלמיר מיזען נוצן דעם תירוץ פון עת לעשות לה'..
|
|
|
|
|