בית פורומים כל העולם כולו

ויהי ממחרת: אלעס ארום דעם "כינוס כלל ישראל"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/5/2012 08:00 לינק ישיר 
ויהי ממחרת: אלעס ארום דעם "כינוס כלל ישראל"

אין דעם אשכול זאל מען שרייבן אלע רעזולטאטן, נאכפאלגן, רעזאלוציעס, אד"ג בנוגע דעם גרויסארטיגן כינוס כלל ישראל וואס איז פארגעקומען זונטאג במדבר, במקהלות רבבות אלפי ישראל.

און נאר אין דעם אשכול.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2012 08:03 לינק ישיר 

(סאטמאר100:)

אומפארשטענדליך!!!!!!! זאליס ווי האלטץ עטס

מיין ידיד דערציילט מיר ער האט געדאוואנט של"ס אין 500 בעדפארד ביי די אלטע אידן אין ר' יושע הענדלער האט דארט פארגעלערנט א שטיקל דברי יואל אין עס האט זיך אנגעהויבן א געבאבלאכטס. דער רבי רעדט דארט ארום אז חיבור צו די אידן וואס זענען נישט אין איין מיינונג וועט אויף קיין פאל נישט אויפטון פאר זיי און וועט נאר שאדן פאר דיר.

ר' יעקב שלמה ברייער האט זיך אויפגעשטעלט נאך די תורה אין האט זיך אנגערופן צו ר' יושע


ר' יושע איר דארפט מארגן גיין און פארלערנען דעם שטיקל דברי יואל.........

דער ציבור דארט איז געשטאנען אין געקוקט איינער אויפן צווייטן וואנדערענדיג זיך אויף זייער מן הארץ אין וואס פארא פאזיטשאן ער האט זיי אריינגעשטעלט........................



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2012 08:04 לינק ישיר 

(פאמאגראנט:)

זאלי'ס האט מען געווארפן איבערן דראנג

די זאלי'ס זענען שרעקליך צישפילט ווי אזוי די לוטאים האבן זיי געווארפן איבערן דראנג אין גארנישט דערליווערט פאר די זאלי'ס

לאמיר אנהויבן פין אנפאנג ווען די דעליגאציע פין רבנים זענען געקומען צים רבי'ן האט זיי די רבי געזאגט אז די אסיפה איז
זייער חשוב אבער ער האט האט א פראבלעם ווייל מען רעדט ענגליש
אין די רבי האט זיי געזאגט אז ער קען נישט שיקן דעם עולם אהין וועגן מסורה פינעם חת"ס אין דברי חיים

זענען זיי געאנגען צי ר' זלמן לייב לאדנען צי די מסיבה די זאלי'ס האבן זיך תיכף ארויף געכאפט אויפן וואגן אז ענדליך קוקט מען זיי שוין אן אין איינער מאכט זיך פין זיי וויסעניג
אין מיט ענגליש איז נישט דא קיין פראבלעם ווייל ר' זלמן לייב קוקט איבער אלע דרשות אין אלעס איז אינטער זיין קאנטראל
אין אנדערע ווערטער ער גייט פירן די אסיפה
אין אויך האט מען געזאגט גיין אויף טרעטן סאטמאר'ער רעדנערס אין מען וועט האקן אויף ציונית

למעשה האט מען אויף געשטעלט 3 רעדנער'ס אין ענגליש אין די זאלי'ס פאר פארלוירנקייט שרייען יעצט אז ר' מתתיה האט זיי אויס געשפילט
אבער דעס איז א שקר גס ווייל וואקסמאן איז געווען דער פריים טיים רעדנער באלד א דריי פערטעל שעה

ר' טודרוס זילבער שליט"א איז ארויס געלאפן פין זאל ווען מען האט אנגעהויבן רעדן ענגליש

אין פאר די חסידים האט מען צי געווארפן א ביינדל דעם זשבוי'ער פין מאטריאל האט גערעדט
וואס מיט זיין רעדן האט ער מבזה אלע חסידישע יודען זייער זייער שלעכט גערעדט בכלל נישט צי די זאך
( מען שמועסט אז זיין דרייווער האט אים איבער געלאזט ווייל ער שעמהט זיך מיט אים וואספארע שטותים ער האט צאם גערעדט )

אין די זאלי'ס האט מען גארנישט געגעבן קיין איין דרשה קיין שום כיבוד וואס אלע זאלי'ס האבן זיך געשווארין
אז אדער מהרז"ל אדער ר' חיים יושע וועט רעדן

דער גרויסער סאטמאר רבי וואס האט אפציעל געדארפט אנפירן די מסיבה האט מען נישט געוואסט צי ער איז אין זאל צי נישט

ב"ה סאטמאר'ער חסידים זענען ציפרידכן אז שיקרא לא קאי אין די רבי האט געהאט סייעתא דשמייט מיטן נישט גיין
א פלאץ וואס ער האט א מסורה שפילט מען זיך נישט ארום אין ליידער איז רוב צייט געווען מיטן ענגלישע דרשות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2012 08:12 לינק ישיר 

נאך איינמאל איך זע דעם בריוו ווערסטו אויסגעשפארט. דער מנהל


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 21/05/2012 08:29:04




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2012 09:17 לינק ישיר 

 For Zalis Was NO Chadushes, only 3 NEW things: 1) 60,000 ppl from all kriezen 2) English Drushes 3) Big Vidio Screens ...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2012 09:33 לינק ישיר 

וואס זענען די רעזאלטאטן?? לעבעדיגע באריכט

איך טרייב נישט איבער איך הער עס פון איינעם וואס איז געווען דארט 

א געוואלדיגע מעמד קידוש השם מיט רבבות ישראל מיט א לב אחד לאבינו שבשמים
אבער קיין שום ערנסטע רעזאלטאטן פון טעכנעלאגיע 

שוואכע און לאנגזאמע דרשות קיין איין דרשה איז נישט קיין פיפס פון די שוואכסטע דרשות פון א כ"ו אב אדער ניסן און ניטאמאל ווי א גוטן רעדנער ביי אונז,
נאר רב וואזנער מיטן האקאפ האט היבש באצויבערט דעם היימישן ציבור ובפרט אז ער האט געגעבן עפעס א רעזאלאציע פון א פסק הלכה און אקאראט וואס רבינו שליט"א האט שוין געפסקט און געפאדערט אז יעדער זאל ארויסווארפן די כלים פון שטוב און אויך ביי די ארבעט זאל זיין  די שטערקסטע פילטער און מזאל דאס אינפארסירן פון די מוסדות
אבער גיי ווייס פארוואס מהאט ניטאמאל איבערגעשמועסט די רעזאלטאטן פון די נאכט אז דאס איז פערטיג א קאמפיוטער איז מער נישט אין א אידישע שטוב וכדומה 

איבער ענגליש איז א מאסיווער דורכפאל רוב דרשות אויף ענגליש אדער יענץ אידיש קבלת עול מלכות שמים מנחה מעריב זיך געפינען אויף א רייזע אין לעיקוואד אדער ווי א פליגער קיין מירון 
יעדער געשפירט לאנגווייליג טייל ביי אידיש און טייל ביי ענגליש און רוב ביי ביידע
די זאליס ווילן הארגענען די עסקנים זיך איינרעדנדיג אז זיי זענען שולדיג אין דער צייט וואס ודי ברירות זענען ממילא נישט געווען קיין גרויסע צו רעדן 5 שעה פאר 30 טויזנט אידן א שפראך וואס זיי קענען נישט נאר צוליב די 12 טויזנט חסידישע 
בקיצור דער ויהי ממחרת איז איום ונורא

עכ"פ כמה גדולים דברי חכמים דער רבי שליט"א האט געפרעגט וואס גייט זיין די רעזאלטאטן און דאס פרעגט יעצט יעדער וואס איז דארט געווען און איבער ענגלישט שפירט יעצט יעדער זאלי אז רבינו איז עפעס יא א שטיקל רואה את הנולד און האט דעם קאפ אויפן פלאץ

וואס איז יא ארויס די רעזאלטאטן ר' זלמן איז ארויס א לינקער געקנייטשט מיטן פנים וואו א מאדנער פארשוין זיך שפירענדיג וואו די הויט ברענט אונטער דעם אידיש ענגלישן מעמד אדיר מיט קלאטשערייען ווי אין פייוו טאונס
און געווארן ללעג ולקלס ביי די וועלכע ער האט איינגערעט אז ער איז דער אמתער קנאי און גייט מיט זיין נעימות האטעראר קעגן די אהרונים מיט עקירת התורה צוליב עת לעשות לשם ממש לש"ש נאר ווייל די פאלשע קנאות זיינע זאל אנגיין 
אבער דאס פליפ פלאפ פאטשט אין פנים אלע פרינציפן פון רבותינו הק' האסטו נאכגעגעבן פאר אביסל איינרעדעניש פון האבן א שיינעם בילד מיט ר' לייביש און ר' מאטעלע אבער יעצט איז דערפון גארנישט געבליבן חוץ איין בילד אין דער איד אויב מוועט אלס שעת שמד מתיר זיין 
און דאס איז דאס אויף וואס ער האט נעבעך געיובלט ביי של"ש אז מיר קענען טאקע נישט אויפטון אבער יעצט מיט א כח הרבים וועט מען אויפטוען 
דערווייל האט ער אריינגעפירט טייל סאטמארער אידן וואס האבן אין לעבן נישט געזעהן קיין ווידיא און יעצט געשטאנעם און נישט אראפגענימען קיין אויג פון די הייליגע אינטערנעט סקרינס גרויס וואו דעם גאנצען זאל 

דאס הויעכפונקט וואס בלייבט יא איבער ערנסט גערעט אז יעדער רעדט פון אינטערנעט וואס דאס איז שוין געוווען אייגנטליך בעפאר די אסיפה און דער אסיפה איז געווען בלויז אלס מעמד ההתעורת רחמים צו שרייען צום באשעפער זאל רחמנות האבן אויף כלל ישראל

עכ"פ אויב וויל יא קוקען אויף תכלית האט טאקע וואקסמאן צום סוף ארויסגעברענגט אז די כינוס איז בלויז געווען א התחלה פון העוררת און טאקע נאכנישט אינגאנצען למעשה נאר יעדער ביי זיך וועט מאכן גדרים וסייגים ווי ווייט מעגליך
און טאקע יעצט הייבט זיך אן די מערכה ווען האפענטליך וועט יעצט כאטש יעדער זעהן אז סאיז דא איין עצה אז יעדע קהלה זאל טון ביי זיך און בשם השם וועט אי"ה יעדער מצליח זיין טאקע בזכות הרבים וואס זענען דארט געווען און מתפלל געווען אינאיינעם און סיי וער סנישט דארט געווען 
ויתגדל ויתקדש שמי' רבה 



תוקן על ידי גרוינים ב- 21/05/2012 09:45:38




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2012 18:03 לינק ישיר 


(קליפ:)
 



 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2012 18:05 לינק ישיר 

(אדמיראל:)

כולם פה אחד אמרו ״רבינו הקוה״ט ז"ל וואלט זיך ביי אזא כינוס נישט משתתף געווען״

דאס איז געווען די גרעסטע הכתרה ווי מען האט אויפגענומען האדמו״ר אדונינו ורבינו מהר״א ט״ב שליט״א לאבדק״ק סאטמאר יצ״ו , ער האט געוויזען וואס איז די דרך פין סאטמאר, אין אזוי האט די רבי ז״ל אויסגעקוקט פאר פיפציג יאר ציריק, אחד בדורו וואס האט געזעהן א פראבלעם.

לאמיר דאס ציצונעמען אויף קליין געלט; מען רעט, יעדער רעט, ר' זלמן לייב ביים ל״ג בעומר טיש רעט אויכעט! אז וואס? אז מען האט געמאכט גרויסע תנאים, מען האט געברנגט ר' חיים יושע פין מאנסי ער גייט דורך קוקען די דרשות, עס גייען נישט זיין קיין סקרינס, מען גייט נישט רעדן ענגליש נאר דא דארטן עס ציגעבן ציפארשטיין, ( דאס הייסט אז קיין דרשה בלשון עמים גייט נישט זיין נאר א איבערטייטשער, כעין דער סקולענער זוהן האט געטוהן) . אין יעצט מען האלט נאכדעם איז עס געווען עפעס אנדירשט וואס מען האט געמיינט פין פארדעם???? גאררררררננננישטטטטט! גיי רעד יעצט צי א זאלי וואס וועט ער זאגן אז די זאכן האט די רבי געלאזט נאר די פויפסט פין רוים האט געדארפט רעדן דאס האט מען ארלעדיקט! דער וואס לאכט די לעצטע דער איז די געווינער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2012 19:07 לינק ישיר 

ווער ס'ווייסט אז איינע פון די גרויסע סוקסעסן וואס רז"ל האט געהאט ביים כינוס איז אז ער האט ערלעדיגט אז דער דשיבויער זאל רעדן, ווער ס'דארט געווען ווייסט דאך וואס דער הויכפונקט איז געווען, וההיפך בהיפך וד"ל

דאס זענען שוין די סוקסעסן פון די זאליס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2012 19:19 לינק ישיר 

די לויטווישע האבן אויף געשטעלט קאנקעדיגע רעדנערס איינעס נאכן צווייטן יעדער וואס טראכט נאר אז נעכטן איז געווען סוקסעס איז נאר וועגן די ליטווישע

משא"כ די חסידישע האבן אויף געשטעלט דעם גרויסן שטיק בשר דעם כ"ץ פין מאנטריאל צאם גערעדט שטותים ממש א חרפה געווען מען האט געזיכט א וועג ארויס ביי זיין דרשה
די ליטווישע האבן זיך מחי געווען וואס פארע פערדן די חסידים זענען אז מען שטעלט אויף ביי אזא מעמד אזא רעדנער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2012 19:22 לינק ישיר 

ר' מתתיה האט דערלאנגעט פאר די זאלי'ס א געפערליכן שאס קודם האט ער זיי אנגעפיפין אין מען ער האט גערעדט ענגליש
אין נאך דעם ר' מתתיהו האט געפייט אז ר' זלמן לייב זאל בשום אופן נישט באקומען קיין דרשה
פארדעם איז ר' זלמן לייב געזעצן דארטן ביז צים סוף ער האט גע'חלומ'ט אז מען גייט אים מכבד זיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2012 19:26 לינק ישיר 

א חידוש
כ'האב געהערט אלס אינגער בחור דעם הרב כץ דזישבויער רב ביי די הכתרה פון מאנטריאלער רב
ער האט דאן אייזן אנגעפירט דעם מעמד בימים ההם
קען זיין אז ער איז עלטער געווארן פארלוירן דעם עלעקטערישן כח הדיבור
וואס ער האט געהאט פארמאגט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2012 19:27 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט פארוואס די ארונים זענען אזו ביזי מיט די ענגליש ביי יעדע פראטעסט רעדט מען ענגליש איז דען נעכטען נישט געווען א פראטעסט א קעגען דעם געוועזענם רב השעיר...וואס איז אזו שווער צי פארשטיין



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/5/2012 19:32 לינק ישיר 

אלזא, מהרז"ל האט יא מצליח געווען. ער האט באוויזן צו נעמען אן ערנסטן מעמד וואס די ליטווישע ראשי ישיבות האבן פאררופן, געצילט צו ראטעווען זייער עולם און וועמען נאר מעגליך פון די אינטערנעט מגיפה, און מיט אפאר נארישע ליצנות שטיקלעך האט ער עס פארוואנדלט אין א ריין פאליטישע אסיפה, וואס דער מציאות האט שוין באוויזן אין עבר וויפיל די סארט זאכן ברענגען א תועלת פאר אידישקייט.

קומט אים טאקע יא קרעדיט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2012 19:34 לינק ישיר 

בן_אהרן כתב:
א חידוש
כ'האב געהערט אלס אינגער בחור דעם הרב כץ דזישבויער רב ביי די הכתרה פון מאנטריאלער רב
ער האט דאן אייזן אנגעפירט דעם מעמד בימים ההם
קען זיין אז ער איז עלטער געווארן פארלוירן דעם עלעקטערישן כח הדיבור
וואס ער האט געהאט פארמאגט


איך האב געהערט אז עמיצער האט געפרעגט הגה"צ ר' מרדכי דוד קאהן שליט"א וויאזוי עס קען זיין אז רמ"מ טירנויער איז אזוי בלינד אין דעם ענין, אינדערצייט וואס יעדער סאטמארער תלמיד ווייסט זייער קלאר אז רביה"ק זי"ע וואלט קיינמאל נישט געלאזט אהינגיין.

האט ער אים געענטפערט אז דאס איז א שטראף פאר אלע זיינע מעשים ביז היינט, ודפח"ח.

כ'בין זיכער אז דאס זעלבע קען געזאגט ווערן אויפ'ן זשיבויער, וואס איך קען אים אויך אלס פה מפיק מרגליות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2012 19:37 לינק ישיר 

* width="640" height="360"><* * width="640" height="360"><* * width="640" height="360"><*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ויהי ממחרת: אלעס ארום דעם "כינוס כלל ישראל"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext