|
|
| נשלח ב-21/5/2012 21:59 |
|
| |
| Ahroiny כתב: |  | | ווי איז געווען מער מענטשן היים כינוס אדער להבדיל ביי די סופער באול, וויפל מענטשן גייען 'נישט' צו די בחירות, וויפל מענטשן גייען 'נישט' צום כותל אפשר אפאר הונדערט ירושלימער אידן
אז איבער אכציג טויזנט ערליכע אידן גייען מסיים זיין ש״ס, דארף איך שוין גיין?
כמעט אלע רבנים פון נעכטן גייען זיין ביים סיום |
|
דארפסט נישט אלעס אויס גרעבצען וואס דיין רבי האט געזאגט דא אויף הייד פארק סאיז נישט קיין שום פארגלייך צוים סוים השס וואס ווערט געפירט אין איז א פראפעגאנדע פאר די אגודה מש:אכ די נעכטיגע הכתרה..האט דער סקלענער רבי געמאכט אין האט גערנישט געהאט מיט די אגודה
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 22:05 |
|
| |
ווייסט איינער פארוואס עס זענען נישטו קיין שום בילדער פינעם צווייטען סטעדיום?
האט מען עס נישט געניציט?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 22:05 |
|
| |
שמעתי אומרים בשם כ"ק מרן רבינו מהר"א מסאטמאר שליט"א, אז נעכטן האט זיך געשעמט יעדער סאטמארער איד וואס איז נישט געגאנגען צום כינוס, היינט שעמט זיך יעדער סאטמארער איד וואס איז יא געגאנגען. ודפח"ח
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 22:07 |
|
| |
געהערט די זעלבע זאך בשם ר' טודרוס זילבער שליט''א
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 22:11 |
|
| |
פיוובארא:
און אז מען רעדט שוין יא פונעם "והי ממחרת", איז דער גרעסטער רחמנות מנשה פילעפף.
10 יאר ביטערע הארעוואניע צו ווייזן פאר די וועלט אז די ארונים זענען ציונים, און די זאלונים זענען די ריכטיגע אמת'ע קנאים, איז געגאנגען אין מיסט אין איין נאכט!...
דאס איז נישט גרינג אראפצושלינגען, אבער.. דעמעדש איז דאן, פאר אזא כינוס ווי נעכטן האט אים נישט געלוינט צו פארלירן דעם טיטול סאטמאר רבי
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 22:16 |
|
| |
| דיןתורה כתב: |  | ווייסט איינער פארוואס עס זענען נישטו קיין שום בילדער פינעם צווייטען סטעדיום?
האט מען עס נישט געניציט? |
|
מ'האט עס גראדע יא געניצט, אבער ס'איז געווען א גרויסע דורכפאל, מער ווייניגער אויסגעליידיגט, א רחמנות אויף די ארבעט אין געלט וואס מ'האט אריינגעפאמפט דארט
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 22:32 |
|
| |
מ'האט אריבערגעפירט יעדן פון די צווייטע סטעדיעם צו סיטי פיעלד מ'האט זיי פלאצירט אויף די ליידיגע (?) פלעצער... כך שמעתי..
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 22:39 |
|
| |
| דיןתורה כתב: |  | פארוואס זענען נאר דא קליפס פין הרב כ''ץ פין מאנטריאל?
ווי קען מען זעהן די גאנצע דרשה פין הרב וואקסמאן?
ווי קען זעהן די גאנצע דרשה פין הרב סאלאמאן?
ווי קען מען זעהן די גאנצע דרשה פין הרב סג''ל?
עפעס וויל דא מר' קליפ באהאלטען?
וואס האט ער פין בלאפען בשעת אזוויפיל עדות האבען דאס מיטגעהאלטען? |
|
מקען הערן אלע רשות אויף קול מבשר נומער 222
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 22:54 |
|
| |
קרעדיט לאנצוט
מיט איין קליינע אפשאצונג קען איך אזויפיל זאגן:
1) די חסידים האבן געהאט א געווינס 2) די ליטוואקס האבן געהאט א געווינס 3) כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט געהאט א געווינס 4) כ"ק אדמו"ר מהר"א האט געהאט א געווינס.
1) די חסידים האבן געהאט א געווינס - די ליטוואקס האבן קאנטראלירט דעם מעמד אלעס. די חסידים האבן בלויז אויסגע'פועל'ט אז דער חשוב'ער עסקן הרב יונתן מענצער זאל קענען זיין לעבן די סקרין א גאנצן צייט. צי ווייזן אז די חסידים האבן אויך עפעס א פארטרעטער. דעטס איט. די ליטוואקס האבן אנגעפירט דעם מעמד און עס קאנטראלירט לויט זייער גייסט ALL THE WAY.
2) די ליטוואקס האבן געהאט א געווינס - זיי האבן אויסגע'פועלט אז דער דזשיבויער רב זאל רעדן, און אזוי זאלן זיי האבן וואס צו טרייבן שפאס פון די חסידים, אז אויסער א ברייטע גארטל און פיינע קוגעל האבן זיי גארנישט צו פארקויפן. דער חשוב'ער זשיבויער רב שליט"א האט געמאכט א גוטע ארבעט פאר די ליטוואקס, וועלכע האבן אנגעפירט דעם מעמד 100 פראצענט לויט זייער גייסט. ער האט נישט גערעדט קיין קנאות און נישט צו דער זאך. ביז הרב מענצער האט אים געמוזט אונטערשטיפן א צעטל "נא לקצר" וואס יעדער אין זאל האט עס געזען (אויף די גרויסע סקרינס)... דער זשיבויער רב איז געווען די ליצנות פונעם אווענט.
3) כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט געהאט א געווינס - ער האט געוויזן אז ער קען צערייסן דעם ויואל משה מיט'ן על הגאולה און גארנישט האט פאסירט. קיינער, קיינער האט אים נישט איבערגעלאזט.
4) כ"ק אדמו"ר מהר"א האט געהאט א געווינס. - ער האט פאראויסגעזאגט אז א סאטמארער אינגערמאן האט גארנישט וואס צו זוכן. ער איז גערעכט געווען 100 פראצענט. מ'האט דארט גערעדט ציונות און אביזרייהו, מ'האט דארט מוחה געווען אויפן מחלל זיין דעם כבוד פון הרב שטיינמאן. די מערהייט דרשות און צענטער-פונקטן פונעם אווענט זענען געווען הויך-ענגליש, וואס 90 פראצענט סאטמארע אידן האבן בכלל נישט פארשטאנען !
בפרט איז מערקווירדיג ארויסצוברענגען אז די "רעקארדינג" פון די פסק הלכה פון הגאון האדיר פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א קען מען גערן איבערהערן אין אלע זאלן אין וויליאמסבורג אויך (ווי אימער ס'איז דא א טעיפ-רעקארדער) , און מ'האט נישט געדארפט דערפאר זיין אין סטעדיום, און הערן די אלע ענגליש דרשות.
דעם גרויסן קאנטראל וואס צד מהרז"ל האט בכלל געהאט אין כינוס כללי וועט מען נאר זעהן דאהי אין היידפארק. ווייל דארט איז ער געווען א ניקס.
תוקן על ידי גרוינים ב- 21/05/2012 23:01:03
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 22:55 |
|
| |
וואס איך מיין צו פרעגן איז
פארוואס מר' קליפ האט אראפגענומען אלע קלאטשערייען, אין אלע פרעמדע מנהגים אין דרשות
אין פראבירט אראפצושטעלן ווי הרב כ''ץ איז געווען רוב צייט פונעם כינוס
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 23:15 |
|
| |
ר' טודרוס איז געווען פייער פאר דעם כינוס אבער נעכטן ווען מען האט אנגעהויבן רעדן ענגליש איז ער ארויס האט ער האט ציפרי געזאגט אז נעכטן האט נאכט האט א יעדער סאטמאר חסיד וואס איז נישט געגאנגען צים כינוס זיך געשעמט היינט שעמהט זיך א יעדער סאטמאר וואס איז יא געגאנגען צים כינוס
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 23:51 |
|
| |
א גריס פון א לעיקוואטער טוויטער גרופע@nosmh
big music fan of shwekey fried etc, sports fan of Yankees, giants, and devils #teamfollowback Lakewood ·
The whole asifa was like a UN conference, mulity languages, no one understands what's the point, and no real resulting at all. #citifield
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2012 00:03 |
|
| |
קרעדיט אידישע וועלט וואו דאס איז שוין פארמעקט דורכן מנהל (גערעכט איז ער סבלאנגט נישט דארט...)
אלעס פיין אלעס וואויל יא געווען גוטע דרשות נישט געווען צי גוט א קידוש השם איז זיכער געווען ווען אזויפול אידן האבן אויסגעשריגן רצונינו לעשות רצוניך אבער אלס סאטמארער וויל איך באמת וויסן וויאזוי האט זיך דארט געשפירט ווען טויזנטער סאטמארער אידן האבן צום ערשטן מאל געזעהן ווידיא ברבים מחובר לאינטערנעט ויאזוי האט זיך דארט געשפירט ווען טויזנטער סאטמארער אידן האבן צום ערשטן מאל געהערט דרשות התעוררת אויף ענגליש ויאזוי האט זיך דארט געשפירט ווען טויזנטער סאטמארער אידן האבן צום ערשטן מאל זיך צוזאמענגענימען מיט קרייזן וואס זענען זייער ווייט פון סאטמאר און רוב דערפון זענען פון אגודה אדער טיייל גאר אפילו פון ש"ס ועוד
תוקן על ידי גרוינים ב- 22/05/2012 00:36:11
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2012 00:17 |
|
| |
נו איז וואס איז אז דער סיום ווערט אנגעפירט דורעך די אגודה, מ׳מעג זיך מיט זיי צוזאמשטעלן פאר אזא הייליגע זאך
און בכלל, וואס איז שלעכט מיט די אגודה, זיי גייען מיט רשעים אויפצוטוען פאר אידישקייט
|
|
|
|
|