בית פורומים כל העולם כולו

פלאן פון א גרויסן סאטמארער כינוס אויפ'ן טיש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/5/2012 17:48 לינק ישיר 
פלאן פון א גרויסן סאטמארער כינוס אויפ'ן טיש



עסקני ק''ק סאטמאר האבן היינט אינדערפרי אפגעהאלטן באראטונגען  איבער א סאטמארער כינוס הענקי, אין די נאנטע טעג 
 צוליב די נעכטיגע  גרויסע מכשולות ביים גרויסן כינוס כלל ישראל
 1) געטרעטן אויף מסורת האבות קעגען הארבקייט פון זאגען און הערן דרשות בלשון עם זר
 2) ׂגרויסע און באמבאסטישע ווידעא סקרינס מיט מגושמ'דיגע און הולטייאישע אנאנסן ארום
3)  דברי מינות און כפירה אין הרב סאלאמאנ'ס דרשה בנוגע גיוס בני הישיבות
4)  קיין שום פייערדיגע אדער זאכליכע דרשה וואס עס זאל עלעקטעריזירן די רבבות משתתפים 
5)  קיין שום קלארע רעזאלוציעס אהיים צו טראגן
6) לאנגווייליגע און לאנגע דרשות, מיט א דורכגעפאלענע פראגראם
7) א מיש-מאש פון אגודת ישראל, דגל התורה און סאטמאר החדש
8) גדולים פון אגודה אנערקענט אלס מצילי הדור


טייל ביי די אסיפה זענען געווען ביי די מיינונג אז יעצט איז שוין צייט אויף מעשים, נישט קיין אסיפות און דרשות


די החלטה וועט מרן רבינו שליט''א מאכן בעז''ה.

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 21/05/2012 17:51:48




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2012 18:08 לינק ישיר 


נאר געהערט מבית רבינו שליט''א, אז היינט ביים דינער פון מוסדות יטב לב אין ראוז קעסיל אין וויליאמסבורג 
וועט דער רבי שליט''א משמיע זיין דברות קודש אין ליכט פון מהלך און תוכן פון נעכטיגען כינוס כלל ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2012 18:48 לינק ישיר 

וואס איז פשט פון א "סאטמארע כינוס הענקי"? איז נישט דא יעדעס יאר כ"א כסליו א סאטמארע כינוס הענקי? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2012 19:06 לינק ישיר 

ס'גארנישט, ס'א רעגנדיגער טאג, יונה איז אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט

א סאטמארער כינוס וועגן אינטערנעט איז שוין געווען, מען דארף נישט מאכן נאך איינס

דאס אז רבינו שליט"א גייט היינט נאכט רעדן בנוגע דעם כינוס איז אויך סתם אויסגעזויגן פון פינגער, ס'איז סתם פרעדיקשענס, ס'קען זיין, און פונקט אזוי קען זיין אז נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2012 19:27 לינק ישיר 

די זאלונים האבען ציגעאכפט די רבי יונה ניק, מען דארף אים חוסם זיין פארן שפילן פארטיי מלא ילדות ונערנות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2012 19:48 לינק ישיר 

דעם שבת ביים פרק פארלערנען איז יעדער געווען קלאר ווי דער טאג אז די רבי גייט רעדן, למעשה האט ער נישט גערעדט קיין ווארט פונעם גאנצען עסק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2012 20:19 לינק ישיר 

רבי_יונה כתב:

נאר געהערט מבית רבינו שליט''א, אז היינט ביים דינער פון מוסדות יטב לב אין ראוז קעסיל אין וויליאמסבורג 
וועט דער רבי שליט''א משמיע זיין דברות קודש אין ליכט פון מהלך און תוכן פון נעכטיגען כינוס כלל ישראל


איך מיין אז קיינער אין בית רבינו ווייסט קיינער נישט וואס דער רבי גייט זאגן. ער דארף נישט זיינע אינטערשמשים זאלן אים זאגן וואס ער זאל יא זאגן און וואס נישט. קיינער אין בית רבינו קען קיינמאל נישט פאראויס זאגן וואס די רבי גייט זאגן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2012 20:52 לינק ישיר 

איך האב שוין נעכטן געשריבן אז יונה ברויך קריגן די נייע "פאפא פילטער" וואס יונה האט נעכטן פראקלאמירט, און דאס וועט אים האפנטליך בלאקן פון היידפארק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2012 21:18 לינק ישיר 


טייל  עסקנים שלאגען  פאר  א גאר גרויסן כינוס אין נ. י. סטעיט ארמארי אדער  אין אן אנדערע גרויסן מקום אין ניו יארק.

אנדערע זענען ביי די מיינונג אז  יעצט מען האלט שוין ביי מעשים און נישט דרשות, און מ'דארף אויסברייטערן די פעולות קעגען אלע כלי משחיתים , די גרויסע און קליינע אונטע סיי וועלכע נאמען.

כאמור לעיל, רבינו שליט''א יכריע בדעת קדשו אם נחוץ עכשיו אסיפה גדולה, או  רק להקדיש הכוחות לפעולות ממשית בקרב הקהילות ומוסדות דחסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2012 22:01 לינק ישיר 

רבש"ע, חלום חלמת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2012 22:39 לינק ישיר 

רבי יונה, בקשה נומער 72:

שטעלט אייך צו די"ת ביי א ... אךך, טעות.

שטעלט אפ אייער אונטערנעט, פאר די טובה פון אייך און גאנץ כלל ישראל.

טפשות האט א גבול.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2012 00:27 לינק ישיר 

די אלע וואס האבן שוין נעכטן געזאגט דעם תפלה פון של"ה וויל איך מעורר זיין זיי זאלן נישט זאגן היינט קיין יעלה ויבוא, עס איז געווען א לעסט מינוט דילעי, ר"ח איז ערשט מארגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פלאן פון א גרויסן סאטמארער כינוס אויפ'ן טיש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext