|
|
| נשלח ב-21/5/2012 17:48 |
|
| |
פלאן פון א גרויסן סאטמארער כינוס אויפ'ן טיש
עסקני ק''ק סאטמאר האבן היינט אינדערפרי אפגעהאלטן באראטונגען איבער א סאטמארער כינוס הענקי, אין די נאנטע טעג
צוליב די נעכטיגע גרויסע מכשולות ביים גרויסן כינוס כלל ישראל
1) געטרעטן אויף מסורת האבות קעגען הארבקייט פון זאגען און הערן דרשות בלשון עם זר
2) ׂגרויסע און באמבאסטישע ווידעא סקרינס מיט מגושמ'דיגע און הולטייאישע אנאנסן ארום
3) דברי מינות און כפירה אין הרב סאלאמאנ'ס דרשה בנוגע גיוס בני הישיבות
4) קיין שום פייערדיגע אדער זאכליכע דרשה וואס עס זאל עלעקטעריזירן די רבבות משתתפים
5) קיין שום קלארע רעזאלוציעס אהיים צו טראגן
6) לאנגווייליגע און לאנגע דרשות, מיט א דורכגעפאלענע פראגראם
7) א מיש-מאש פון אגודת ישראל, דגל התורה און סאטמאר החדש
8) גדולים פון אגודה אנערקענט אלס מצילי הדור
טייל ביי די אסיפה זענען געווען ביי די מיינונג אז יעצט איז שוין צייט אויף מעשים, נישט קיין אסיפות און דרשות
די החלטה וועט מרן רבינו שליט''א מאכן בעז''ה.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 21/05/2012 17:51:48
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 18:08 |
|
| |
נאר געהערט מבית רבינו שליט''א, אז היינט ביים דינער פון מוסדות יטב לב אין ראוז קעסיל אין וויליאמסבורג וועט דער רבי שליט''א משמיע זיין דברות קודש אין ליכט פון מהלך און תוכן פון נעכטיגען כינוס כלל ישראל
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 18:48 |
|
| |
וואס איז פשט פון א "סאטמארע כינוס הענקי"? איז נישט דא יעדעס יאר כ"א כסליו א סאטמארע כינוס הענקי?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 19:06 |
|
| |
ס'גארנישט, ס'א רעגנדיגער טאג, יונה איז אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט
א סאטמארער כינוס וועגן אינטערנעט איז שוין געווען, מען דארף נישט מאכן נאך איינס
דאס אז רבינו שליט"א גייט היינט נאכט רעדן בנוגע דעם כינוס איז אויך סתם אויסגעזויגן פון פינגער, ס'איז סתם פרעדיקשענס, ס'קען זיין, און פונקט אזוי קען זיין אז נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 19:27 |
|
| |
די זאלונים האבען ציגעאכפט די רבי יונה ניק, מען דארף אים חוסם זיין פארן שפילן פארטיי מלא ילדות ונערנות
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 19:48 |
|
| |
דעם שבת ביים פרק פארלערנען איז יעדער געווען קלאר ווי דער טאג אז די רבי גייט רעדן, למעשה האט ער נישט גערעדט קיין ווארט פונעם גאנצען עסק.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 20:19 |
|
| |
| רבי_יונה כתב: |  |
נאר געהערט מבית רבינו שליט''א, אז היינט ביים דינער פון מוסדות יטב לב אין ראוז קעסיל אין וויליאמסבורג
וועט דער רבי שליט''א משמיע זיין דברות קודש אין ליכט פון מהלך און תוכן פון נעכטיגען כינוס כלל ישראל |
|
איך מיין אז קיינער אין בית רבינו ווייסט קיינער נישט וואס דער רבי גייט זאגן. ער דארף נישט זיינע אינטערשמשים זאלן אים זאגן וואס ער זאל יא זאגן און וואס נישט. קיינער אין בית רבינו קען קיינמאל נישט פאראויס זאגן וואס די רבי גייט זאגן
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 20:52 |
|
| |
איך האב שוין נעכטן געשריבן אז יונה ברויך קריגן די נייע "פאפא פילטער" וואס יונה האט נעכטן פראקלאמירט, און דאס וועט אים האפנטליך בלאקן פון היידפארק.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 21:18 |
|
| |
טייל עסקנים שלאגען פאר א גאר גרויסן כינוס אין נ. י. סטעיט ארמארי אדער אין אן אנדערע גרויסן מקום אין ניו יארק.
אנדערע זענען ביי די מיינונג אז יעצט מען האלט שוין ביי מעשים און נישט דרשות, און מ'דארף אויסברייטערן די פעולות קעגען אלע כלי משחיתים , די גרויסע און קליינע אונטע סיי וועלכע נאמען.
כאמור לעיל, רבינו שליט''א יכריע בדעת קדשו אם נחוץ עכשיו אסיפה גדולה, או רק להקדיש הכוחות לפעולות ממשית בקרב הקהילות ומוסדות דחסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 22:01 |
|
| |
רבש"ע, חלום חלמת
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 22:39 |
|
| |
רבי יונה, בקשה נומער 72:
שטעלט אייך צו די"ת ביי א ... אךך, טעות.
שטעלט אפ אייער אונטערנעט, פאר די טובה פון אייך און גאנץ כלל ישראל.
טפשות האט א גבול.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2012 00:27 |
|
| |
די אלע וואס האבן שוין נעכטן געזאגט דעם תפלה פון של"ה וויל איך מעורר זיין זיי זאלן נישט זאגן היינט קיין יעלה ויבוא, עס איז געווען א לעסט מינוט דילעי, ר"ח איז ערשט מארגן.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|